Oyneg Shabes

דעם פֿעטער זוניעס אַ מעשׂה

A Tale Told By My Uncle Zunye

  • Print
  • Share Share
Max Gershman

אין די לאַנגע זומער־אָװנטן איז ניט געװען קײן בעסערע זאַך װי צו זיצן אױפֿן גאַניק און זיך צוהערן צו די מעשׂהלעך פֿונעם פֿעטער זוניע, זאָל זיך מיִען. ער איז געװען אַ דערצײלער פֿון גאָט, און געקענט אַ סך מעשׂהלעך. אַגבֿ, אַלע מיט אַ דערציִערישן צװעק. פֿון די הונדערטער געשיכטעס, װאָס ער האָט אונדז דערצײלט, רופֿט בײַ מיר אַרױס אָט די, װעלכע איך װעל אײַך איצט איבערדערצײלן, מער פֿראַגעס, װי אַנדערע.

קודם־כּל, די העלדן פֿון דער מעשׂה טראָגן קאָנקרעטע ייִדישע נעמען, אָבער פֿאַר װאָס דװקא די־אָ: שלמה, שמעון, קאָפּל און ראובֿן איז גאָר ניט קלאָר. און צװײטנס, די צאָל העלדן און די צאָל געשעענישן חזרן זיך איבער ניט דרײַ מאָל, װאָס איז אַ באַװוּסטער פֿאָלקס־מיטל, נאָר פֿיר מאָל. און נאָך אַ זאַך, דער פֿעטער זוניע איז געקומען קײן בעסאַראַביע פֿון פּױלן און גערעדט אַ שײנעם צעצױגענעם ייִדיש: „אָט, קינדער, גײַ עך צין אַך. הערטשע אַ מאַנסע‟:

אַמאָל איז געװען אַ ייִד אַן אַרענדאַר, האָט ער געהאַט פֿיר זין. אײנער האָט געהײסן שלמה, דער צװײטער שמעון, דער דריטער קאָפּל און דער פֿערטער ראובֿן. אײן מאָל האָט דער עלטסטער, שלמה, געזאָגט צו די ברידער: „נו, און װאָס װעט זײַן פֿון אונדז דער תּכלית? כ’האָב באַשלאָסן צו לאָזן זיך אונטער װעגן און װאָס ס’װעט זיך מיט מיר טרעפֿן, װעל איך גוט באַטראַכטן. גײ װײס, אפֿשר װעל איך געפֿינען פֿאַר אונדז עפּעס אַ גוטע פּרנסה?‟

געזאָגט און געטאָן. גײט, הײסט עס, שלמה איבערן ברײטן שליאַך און אָט באַגעגנט ער אַליהו הנבֿיא און יענער זאָגט צו אים: „איך נעם דיך צו זיך אַרבעטן. נאָר װאָס?… אַז װעסט אַרבעטן בײַ מיר אין שטוב, זאָלסטו זײַן ערלעך, און טאָמער װעסטו זען ערגעץ װוּ עס ליגט געלט אױף דער ערד אָדער אונטערן בעט, זאָלסטו עס ניט נאָר ניט נעמען, נאָר אַפֿילו ניט אָנרירן‟.

גוט, אָפּגעמאַכט. איז שלמה געגאַנגען צו אַליהו הנבֿיא און אָנגעהױבן בײַ אים אַרבעטן. נאָר װאָס?… װוּ נאָר ער האָט געפֿונען געלט, האָט ער עס יאָ אַרײַנגעלײגט בײַ זיך אין קעשענע. אַז אַליהו הנבֿיא האָט דערזען אַזאַ זאַך, האָט ער אים, שלמהן, הײסט עס, באַקוקט און געזאָגט: „נעם דיר דאָס געלט און גײ זיך אַהײם, און װער נאָר ס’װעט צו דיר רעדן, װעסטו אים קענען ענטפֿערן: ׳איבער אַ זעקל האָבער׳, און ניט מער‟.

און שלמה איז אַהײם געגאַנגען. מע דערזעט אים גײן און אין דער הײם װערט אַ גדולה און אַ שׂימחה — שלמה גײט, שלמה גײט! זײַן פֿאָטער קומט צו אים צו און גיט אים אָפּ אַ שלום־עליכם, ענטפֿערט אים יענער: „איבער אַ זעקל האָבער!‟ — שטײט דער פֿאָטער װי פֿאַרחידושט און פֿרעגט אים: „װאָס? קענסט ניט רעדן?‟ ענטפֿערט שלמה: „איבער אַ זעקל האָבער‟.

אַז דער פֿאָטער האָט דערזען אַזאַ זאַך, האָט ער באַשלאָסן, אױב אַזױ, וועט שמעון גײן אונטער װעגן און װעט ברענגען געלט, און ער װעט קענען רעדן אױך.

איז שמעון אַװעקגעגאַנגען. גײט ער, גײט ער, באַגעגנט אים אליהו הנבֿיא. צעװײנט זיך שמעון. פֿרעגט אים אליהו הנבֿיא: „ייִנגעלע, װאָס װײנסטו?‟ ענטפֿערט אים שמעון: „איך גײ און איך גײ, און װוּהין װײס איך ניט, און קײן געלט האָב איך ניט.‟ זאָגט אים אליהו הנבֿיא: „װײן ניט, איך װעל דיך נעמען צו זיך. כ’בין אַן אַלמן, װעסטו היטן מײַן הױז. נאָר, אַז דו װעסטו ערגעץ װוּ זען ליגן געלט, זאָלסטו עס ניט צונעמען.‟ אָפּגעמאַכט.

הקיצור, שמעון האָט אָנגעהױבן אַרבעטן און ניט געקענט זיך אײַנהאַלטן — געלקחנט, װוּ נאָר געזען און געקענט. מילא, האָט אים אליהו הנבֿיא געזאָגט: „אױב דו האָסט דײַן װאָרט ניט געהאַלטן און האָסט יאָ געלקחנט, טאָ זאָלסטו קײן אַנדערס ניט קענען זאָגן, נאָר ׳אַ בינטל הײ׳‟.

װען שמעון איז אַהײמגעקומען איז באַלד געװאָרן אַ שׂימחה און אַ גדולה —שמעון, שמעון גײט! ער האָט געבראַכט געלט און ער קען רעדן! גיט אים דער פֿאָטער אָפּ אַ שלום־עליכם, ענטפֿערט ער אים: „אַ בינטל הײ!‟

װי נאָר דער טאַטע האָט דאָס דערהערט, האָט ער געזאָגט: „אָט, קאָפּל װעט גײן. װעט ער שױן יאָ קענען רעדן און ברענגען געלט אױך‟.

און דער דריטער זון, קאָפּל, איז געגאַנגען אין דער װעלט אַרײַן, צו ברענגען אַהײם געלט און חכמה. גײט ער און גײט ער איבער דער װעלט, גײט און װײנט. האָט אים באַגעגנט אליהו הנבֿיא און פֿאָרגעלײגט: „װײן ניט, ייִנגעלע, איכ’ל דיך נעמען צו זיך, זאָלסט מיר אָפּהיטן די שטוב. נאָר טאָמער װעסטו זען ליגן געלט, זאָלסטו גאָר ניט אָנרירן.‟

גוט, אָפּגעמאַכט… הקיצור, אױך קאָפּל פֿלעגט אַרײַנלײגן אין קעשענע, און אליהו הנבֿיא האָט אים אַװעקגעשיקט אַהײם און געזאָגט דערבײַ: „גײ זיך, און זאָלסט ניט קענען זאָגן מער װי נאָר ׳איבער אַ זעקל טראָטשינעס (זעגעכץ)׳‟.

קומט קאָפּל אַהײם, ווערט באַלד אַ פֿרײד — קאָפּל, קאָפּל איז געקומען! װי נאָר דער טאַטע איז צו אים צוגעגאַנגען מיט אַ שלום־עליכם, האָט אים יענער גלײַך אַװעקגעלײגט מיט אַן „איבער אַ זעקל טראָטשינעס!‟ װען דער טאַטע האָט פֿון אים דאָס דערהערט, האָט ער געזאָגט: „װײ איז צו מיר! איצט װעט ראובֿן גײן, אָבער אױב אױך ער װעט מיר ברענגען דאָס זעלבע, קאָן איך אױף זײ זיך שױן ניט פֿאַרלאָזן.‟

איז געגאַנגען דער פֿערטער זון, ראובֿן. איז ער געגאַנגען װאַלד־אײַן װאַלד־אױס און קײן גלײַכן װעג ניט געפֿונען, און ער איז הונגעריק געװאָרן און אָנגעהױבן שטאַרק װײנען. איז געקומען אליהו הנבֿיא און האָט צו אים געזאָגט: „װײן ניט, ייִנגעלע, כ’װעל דיך נעמען צו זיך, אַז דו זאָלסט אָפּהיטן מײַן שטוב. נאָר אײן תּנאַי האָב איך צו דיר, אַז טאָמער װעסטו זען ליגן געלט, זאָלסטו עס ניט אָנרירן‟.

הקיצור, אױך ראובֿן האָט געגנבֿעט. האָט אים אליהו אַרױסגעטריבן און אָנגעװינטשט אים: „גײ אַהײם און זאָלסט מער ניט קענען זאָגן װי נאָר ׳װער צעקנאַקט און װער צעשפּרונגען׳!‟

װען ראובֿן איז אַהײם געקומען און האָט אָנגעװינטשט זײַן טאַטן, אַז יענער זאָל צעקנאַקט און צעשפּרונגען װערן, איז דער טאַטע זײער בײז געװאָרן און אַרױסגעטריבן זײַנע זין פֿון דער הײם — אַ טאָלק װעט פֿון זײ ניט װערן!

זײַנען זײ אַװעק אין דער װעלט אַרײַן. גײען זײ, נעבעך, און װײנען. האָט זײ באַגעגנט אליהו הנבֿיא און געזאָגט: „נו, ייִנגעלעך, מע מעג דען אַזױ? עס שטײט דאָך געשריבן — לא תגנבֿ! פֿאַר װאָס זשע האָט איר געגנבֿעט?‟ האָבן זײ אים געענטפֿערט: „איבער אַ זעקל האָבער! איבער אַ זעקל הײ! איבער אַ זעקל סטראָטשינעס!‟ און אײדער ראובֿן האָט אױפֿגעמאַכט דאָס מױל, האָט אליהו הנבֿיא אױף זײ רחמנות געהאַט און געזאָגט: „איר זאָלט זײַן ערלעכע מענטשן! און ער האָט זײ געבענטשט, און דאַן האָבן זײ װידער אָנגעהױבן רעדן װי לײַט.

דער פֿעטערשי זוניע, אַזױ האָב איך געהערט, זיצט שױן פֿון לאַנג אין גן־עדן און איז מכבד די צדיקים מיט זײַנע באַלערעװדיקע מעשׂהלעך. אױף דער װעלט בין איך, װײַזט אױס, דער אײנציקער, װאָס האָט ניט פֿאַרגעסן דעם פֿעטערשי זוניעס געשיכטעס, און איך ברענג זײ אײַך מיט אַ האָפֿענונג, אַז זײ װעלן העלפֿן אונדזערע װױלע ייִדעלעך זיך בעסער אױסלעבן צווישן מענטשן.