Oyneg Shabes

אַ קיצל צום לאַכן

Tickle My Toes

  • Print
  • Share Share

דער לייב שרעקט זיך

Margaret Bourke-White, 1938

לערער: איצט, אַז איך האָב אײַך דערקלערט די מוראדיקע שטאַרקייט און דרייסטקייט פֿונעם לייב, קען ווער פֿון אײַך מיר אָנרופֿן אַ וואָסער־ניט־איז חיה, פֿאַר וועלכער דער קעניג פֿון די חיות זאָל שטיין מיט שרעק פֿאַר איר?

תּלמיד: יאָ, די לייביכע…


פֿאַר וואָס פֿיש זײַנען מערער פֿון אַלע באַשעפֿענישן?

לערער: ווי איר ווייסט, קינדער, האָט יעקבֿ געבענטשט זײַנע אייניקלעך — אפֿרים און מנשה — אַז זיי זאָלן זיך פֿרוכפּערן ווי די פֿיש אין וואַסער. פֿאַר וואָס זײַנען דאָס די פֿיש די מערסטע פֿון אַלע באַשעפֿענישן?

תּלמיד: ווײַל צוויי שליש פֿון אונדזער וועלט זײַנען באַדעקט מיט אָקעאַנען און ים־וואַסער, און בלויז איין שליש איז יבשה. איז שוין ממילא מער פּלאַץ, מערער פֿיש.

צווייטער תּלמיד: ווײַל בשעת ס’איז געווען דער מבול זײַנען דאָך די פֿיש נישט דערטרונקען געוואָרן, זײַנען זיי דעריבער די מערסטע באַשעפֿענישן אויף דער גאָרער וועלט.


דער רבי מעג…

אַ מאָל פֿלעגן די קינדער ברענגען אין חדר פֿולע קעשענעס מיט ביקלעך — די שטיינערנע, גלעזערנע קײַקעלעך, וואָס הייסן אויף ענגליש marbles, וואָס די ניו־יאָרקער ייִדן האָבן אַרויסגערעדט: „מאַבלס‟. זיי פֿלעגן זיך מיט זיי שפּילן און שטערן דערמיט דאָס לערנען, האָט אַ רבי זיי אָנגעזאָגט: אַז זיי זאָלן קיין „מאַבלס‟ אין חדר ניט ברענגען, און ווען ער זאָל בײַ עמעצן געפֿינען „מאַבלס‟, וועט ער זיי צונעמען און פֿאַרניכטן.

אויף מאָרגן נאָך דער וואָרענונג האָט ער דאָך באַמערקט בײַ אַ קליין ייִנגל ווי ער שפּילט זיך מיט אַזאַ „מאַבל‟, האָט ער עס בײַ אים צוגענומען.

נאָכן לערנען, ווען אַלע קינדער זײַנען שוין אַהיים געגאַנגען, איז דאָס ייִנגעלע צוגעקומען און געבעטן מיט אַ וויינענדיק שטימעלע, מע זאָל אים דאָס „מאַבל‟ צוריקגעבן.

— ניין, — האָט דער רבי שטרענג זיך געבייזערט, — איך האָב איין מאָל אָנגעזאָגט און געוואָרנט מען זאָל די „מאַבלס‟ אין חדר ניט ברענגען, און דו האָסט ניט געפֿאָלגט, וועל איך דאָס דיר צוריק ניט געבן!

דאָ רופֿט זיך אָפּ דאָס ייִנגעלע מיט אַ בעטנדיק שטימעלע: גאָט האָט צו נחן געשוווירן, אַז ער וועט שוין נאָך אַ מאָל אויף דער וועלט קיין מבול נישט געבן, אָבער דער רבי מעג…

פֿאַרשטייט זיך, אַז פֿאַר אַזאַ חכמה האָט דער רבי דעם קינד זײַן „מאַבל‟ צוריקגעגעבן.


כּל גוים אַשר עשׂיתי…

נאָך צוואַנציק יאָר איז אַן אַלטער מלמד צוריקגעקומען אינעם שטעטל, וווּ ער פֿלעגט לערנען, אויף אַ וויזיט. האָט ער אויף טשיקאַוועס אויסגעזוכט זײַנע געוועזענע תּלמידים, וואָס האָבן געלערנט בײַ אים מיט 25 יאָר צוריק, כּדי צו זען, צי זיי וועלן מקיים זײַן דעם פּסוק און קומען זיך בוקן פֿאַר אים.

פֿרעגן אים די תּלמידים: — וואָסער פּסוק?!

זאָגט ער: — „כּל גוים אַשר עשׂיתי יבֿואו וישתּחוו לי‟…