אַז מע לעבט, דערלעבט מען. און אַ סימן דערפֿון איז, אַז אָט, דאָס יאָר איז פֿאַרבײַ און, פּונקט װי מיט אַ יאָר צוריק, האָב איך דעם כּבֿוד פֿאָרצושטעלן דעם ייִדישן לײענער די נעמען פֿון די „שנאָבעל־פּרײַז‟־לאַורעאַטן פֿאַרן יאָר 2014, אויסגעטיילט דעם פֿאַרגאַנגענעם סעפּטעמבער דורכן האַרוואַד־אוניווערסיטעט, װי אױך באַקענען אײַך מיט זײערע געניאַלע אַנטדעקונגען.
אױפֿן געביט פֿון פֿיזיק האָט דעם „שנאָבעל־פּרײַז‟ באַקומען אַ גרופּע געלערנטע פֿונעם יאַפּאַנער אוניװערסיטעט קיטאַסאַטאָ, פֿאַר זײערע אױספֿאָרשונגען פֿון באַנאַנען־שאָלעכץ. די הױפּט־פֿראַגע פֿון דער אױספֿאָרשונג איז געװען: פֿאַר װאָס איז די באַנאַנען־שאָלעכץ אַ סך גליטשיקער פֿון דער עפּל־שאָלעכץ און מאַראַנצן־שאָלעכץ. פֿון אָנהײב אָן האָבן די אױספֿאָרשונגען אױסגעזען װי אַ נאַרישער געדאַנק, אָבער שױן נאָך דעם, װי די יאַפּאַנער געלערנטע האָבן באַקומען דעם „שנאָבעל־פּרײַז‟, האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז זײער אױספֿאָרשונג האָט אַ װיכטיקע פּראַקטישע נוץ, דהײַנו: די פּאָליצוקערדיקע זשעלע, װעלכער מאַכט די באַנאַנען־שאָלעכץ מוסכּן־גליטשיק, געפֿינט זיך אין מענטשנס געלענקען, און טאַקע אַ דאַנק די „מאָדנע אױספֿאָרשונגען‟ פֿונעם פּראָפֿעסאָר קיאָשי מאַבוטשי און זײַנע קאָלעגן, װעט זײַן גרינגער אױסצומאָדעלירן די קינסטלעכע געלענק־פּראָטעזן.
דער „שנאָבעל־פּרײַז‟ אױפֿן געביט פֿון נעווראָראָ-ביאָלאָגיע איז צוגעטײלט געװאָרן אַ גרופּע כינעזישע געלערנטע פֿונעם טאָראָנטער אוניװערסיטעט, װעלכע האָבן געפּרוּװט צו פֿאַרשטײן „װאָס קומט פֿאָר אין די געהירן פֿון אַ מענטש, װעלכער זעט דעם יויזלס פּנים אױף אַ שטיקל סענוויטש‟. עס רעדט זיך דאָ װעגן אַ װיזועלער אילוזיע מיט אַ „ניט־געשטױגענעם, ניט־געפֿלױגענעם‟־סענדוויטש. װאָס קומט פֿאָר אינעם מוח האָבן די כינעזער געלערנטע טאַקע ניט אַנטדעקט, אָבער זײ האָבן פֿעסט געשטעלט, אַז „די בודיסטן װעלן קײן מאָל ניט זען דעם יויזלס פּנים אױף אַ שטיקל סענדוויטש; שוין גיכער, װעלן זײ דערזען דאָס געזיכט פֿון בודאַ‟.
פּסיכאָלאָגיע־געביט: פּיטער דזשאָנאַסאָן מיט זײַנע קאָלעגן פֿונעם מערבֿ־סידנעי־אוניװערסיטעט, אױסטראַליע, האָבן באַװיזן, אַז די „סאָװעס‟, ס’הײסט, די מענטשן, װעלכע לייגן זיך שלאָפֿן שפּעט אין דער נאַכט אַרײַן, אָדער פֿאַרטאָג, האָבן מער נטיות צו עגאָצענטריזם און אינטריגעס, אײדער יענע לײַט, װעלכע לײגן זיך שלאָפֿן און שטײען אױף מיט די הינער.
מעדיצין־געביט: יאַראָסלאַװ פֿלעגר מיט זײַנע קאָלעגן פֿונעם פּראָגער קאַרלאָװ־אוניװערסיטעט האָבן דערװיזן, אַז אַ הײמישע קאַץ איז די סאַמע מסוכּנע חיה פֿאַר די מענטשן. עס רעדט זיך װעגן אַ געפֿאַר זיך אָנצושטעקן מיט די שרעקלעכע פּאַראַזיטן, װעלכע הײסן Toxoplasma gondii Dopamine, און זײַנען גורם די געפֿערלעכע קרענק „טאָקסאַפּלאַזמאָז‟, װעלכע שטערט דעם מענטשן בעתן אױספֿילן די פּסיכאָמאָטאָרישע פֿונקציעס; עס איז אױך דער סאַמע „קורצער‟ װעג צו סכיזאָפֿרעניע. אַן אַנדער גרופּע אַמעריקאַנער געלערנטע האָט דערװיזן, אַז עס איז דאָ אַ דירעקטע פֿאַרבינדונג צװישן דער אַגרעסיע פֿון אַ קאַץ און דעם פּסיכישן צושטאַנד פֿון די מענטש, איבער הױפּט, בײַ די פֿרױען.
דעם „שנאָבעל־פּרײַז‟ אין עקאָנאָמיע האָט באַקומען דער איטאַליענישער מלוכישער סטאַטיסטיק־אינסטיטוט פֿאַר „העכערן דעם נאַציאָנאַלן נאָמינאַלן עקאָנאָמישן פֿאַרנעם פֿון דער איטאַליענישער רעפּובליק אויפֿן חשבון פֿון די ‘כּשרע’ הכנסות פֿון דער פּראָסטיטוציע, פֿונעם נאַרקאָטיקער־האַנדל, פֿונעם אומלעגאַלן שװינדל און אַנדערע מינים פֿון דער ‘שײנער’ קרימינעלער טעטיקײט‟.
הײַנט פֿאַרשטײ איך, אַז גערעכט איז געװען מײַן דאָרפֿישע שװיגער לאָנע בת־אָסנע, אונדז צו לאַנגע יאָרן, װען זי האָט געטענהט, אַז „אַ נאָרמאַלער מענטש לײגט זיך שלאָפֿן און שטײט אױף מיט די הינער; אַז אַ נאָרמאַלער מענטש לאָזט ניט אַרײַן קײן קעץ אין שטוב, און כּדי צו העכערן דעם מאַטעריעלן װױלשטאַנד פֿון די בעסאַראַבער פּױערים, דאַרף מען אַרײַנפֿירן אַ דירעקטן זנות־שטײַער פֿאַר דער אױפֿפֿירונג פֿון דער רומענישער רעגירונג‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.