פֿאַר דער מלחמה האָבן אַ סך ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן נאָך געמיינט, אַז ייִדיש איז אַ שפּראַך ניט בלויז פֿאַר אונדזערע קלײַזלדיקע ייִדישע אינטערעסן, נאָר פֿאַר דער גאַנצער וועלטקולטור. דעריבער האָבן זיי דעמאָלט „פֿאַרטײַטשט און פֿאַרבעסערט‟ די ווערק פֿון שעקספּיר, טאָלסטאָי, געטע און די אַנדערע וועטל־באַרימטע שרײַבער; ווי אויך געשטעלט זייערע פּיעסעס אויף דער בינע — שוין אָפּגערעדט וועגן דער גרויסער פּאָפּולערער ליטעראַטור און שונד־טעאַטער. אָבער נאָך דער מלחמה האָבן ס’רובֿ ייִדישע שרײַבער, צוליב פֿאַרשטענדלעכע סיבות, זיך צוריקגעצויגן צו זייערע אייגענע ייִדישע ד׳ אַמות, מיטן געפֿיל, אַז ייִדן האָבן שוין סײַ ווי אַ צוטריט צו דער וועלטקולטור דורך ענגליש, רוסיש, העברעיִש אאַז”וו. דאָס דאָזיקע אָפּרוקן זיך פֿון דער וועלט האָט אָבער אויך אין געוויסע פּרטים פֿאַראָרעמט די ייִדישע קולטור און זי געמאַכט ווייניקער אַקטועל פֿאַרן ברייטן עולם.
כּדי צו שאַפֿן נײַע פֿאַרבינדונגען מיט דער וועלט און אַן אינטערעס צו ייִדיש בײַם ייִנגערן דור, איז כּדאַי הײַנט נאָך אַ מאָל צו שאַפֿן אַ ייִדישן נוסח פֿון די גרויסע און פּאָפּולערע ווערק פֿון אונדזער צײַט. אַנשטאָט דעם טעאַטער, האָבן די פֿילמען און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען שוין לאַנג פֿאַרנומען דאָס צענטראַלע אָרט אין דער וועלטקולטור. אַזעלכע פֿילם־שלאַגער ווי „קאַסאַבלאַנקאַ‟ און „דער קוואַטער‟ (Godfather) האָבן געזען צענדליקער, אויב ניט הונדערטער מיליאָנען מענטשן איבער דער גאָרער וועלט — סײַ אויף ענגליש, סײַ איבערגעזעצט אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן. איז נאָר נאַטירלעך, אַז צענדליקער טויזנטער ייִדן וואָלטן געווען אַ בעלן זיי צו זען אויך אויף ייִדיש, אויב אַזאַ נוסח וואָלט געווען.
מיט אַ פֿינף יאָר צוריק האָט דער שרײַבער פֿון די שורות אָפּגעגעבן אַ ביסל צײַט אויסצופֿילן דעם דאָזיקן בלויז אין אונדזער קולטור: איבערגעזעצט עטלעכע אויסצוגן פֿון באַקאַנטע פֿילמען אויף ייִדיש און איבעררעקאָרדירט דעם דיאַלאָג פֿון דאָס נײַ אויפֿן אייגענעם קאָמפּיוטער. דאָרט זײַנען דאָ סצענעס פֿון „קאַסאַבלאַנקאַ‟, „דער קוואַטער‟, „שטערן־מלחמות‟, „די אומבאַרירלעכע‟ (Untouchables), און „דאָס זיסע לעבן‟ (La Dolce Vita). איין אויסצוג האָב איך אויך געמאַכט פֿון „2001 קאָסמאָס־נסיעה‟, אָבער צוליבן דרוקרעכט האָט מען אים אַראָפּגענומען.
דער רעזולטאַט פֿון מײַן אַרבעט איז ניט קיין פּראָפֿעסיאָנעלער — אַלע ראָלעס, אויך פֿון די פֿרויען, שפּיל איך אַליין — אָבער בסך־הכּל האָבן די ווידעאָס דערווײַל געזען כּמעט 140,000 מענטשן. ס’איז אַ חידוש, וואָס קיינער האָט ניט ממשיך געווען דעם פּראָיעקט און ניט געמאַכט אַזעלכע סצענעס, כאָטש פֿאַר פּעדאַגאָגישע צוועקן.
כּדי צו אינספּירירן דעם לייענער אָנצוגיין ווײַטער, ברענגען מיר הײַנט אַן אויסצוג, וואָס איז ניט געוואָרן אַזוי פּאָפּולער, אָבער איז טעכניש אַ ביסל בעסער געמאַכט ווי די אַנדערע: אַ באַקאַנטע סצענע פֿונעם „קוואַטער‟, אין וועלכער אַ פֿאַרטרעטער פֿון די קאָרלעאָנעס, אַן איטאַליענישער „מאַפֿיאַ‟־משפּחה, פּרוּווט אָנצושרעקן אַ פֿילם־פּראָדוצענט, כּדי יענער זאָל געבן שפּילן אַ ראָלע אַ געוויסן אַקטיאָר. דערבײַ האָב איך „פֿאַרבעסערט‟ די סצענע דורך דעם, וואָס איך האָב געמאַכט די קאָרלעאָנעס פֿאַר ייִדן…
ל. בורקאָ
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.