Oyneg Shabes

אַ קיצל צום לאַכן

Tickle My Toes

  • Print
  • Share Share

רײַכע מעבל

ווינטער אין אַ גרויסן פֿראָסט לויפֿט אין שענק אַ סטודענט, וואָס טראָגט אין האַנט אַ שטעקן.

„וואָס דאַרפֿסטו אַ שטעקן אין אַזאַ גרויסן פֿראָסט?‟ — האָט אים זײַנער אַ באַקאַנטער געפֿרעגט.

„איך קלײַב זיך אַרײַן אין אַ נײַער דירה, — האָט דער סטודענט געענטפֿערט, — טראָג איך איבער מײַנע גאַנצע מעבל אַהין אין מײַן קוואַרטיר‟.


דער אורח מיט די גרויפּן

מען האָט דערלאַנגט אַן אורח גרויפּן צום עסן, האָט ער זיך אָפּגערופֿן צו דער בעל־הביתטע: „איר האָט ניט געמוזט זײַען דאָס וואַסער?‟

„וואָס איז?‟ — האָט זי געפֿרעגט.

„עס שווימט עפּעס אַרום אַ גרויפּ אין טעלער‟ — האָט דער אורח געענטפֿערט.


אַ שמעק טאַביק אַ גמילות־חסד

אַן אָרעמאַן האָט געוואָלט טאָן גמילות־חסדים, ער האָט אָבער ניט געהאַט מיט וואָס. האָט ער זיך מישבֿ געווען און האָט געקויפֿט שמעק־טאַביק און פֿלעגט יעדן געבן שמעקן. איז געקומען דער גמילות־חסד טענהן פֿאַרן רבונו־של־עולם און האָט געזאָגט: „איך בין דאָך איינע פֿון די דרײַ זאַכן, וואָס די וועלט שטייט אויף זיי: תּורה און עבֿודה און גמילות־חסדים. פֿאַר וואָס פּטרט מיך דער אָרעמאַן מיט אַ שמעק טאַביק?‟

„זאָרג זיך ניט, — האָט אים דער רבונו־של־עולם געענטפֿערט, — עס איז פֿאַראַנען אַנדערע תּורה און עבֿודה, וואָס זײַנען קיין שמעק טאַביק אויך ניט ווערט‟.


אַ שיין וואָרט

אַ קליין־געוויקסיקער אָרעם־בחור האָט געגעסן בײַ איינעם אַ טאָג. דער בחור איז אָבער געווען אַזאַ פֿרעסער, אַז ער האָט געקאָנט עסן פֿאַר פֿינף מענטשן. איין מאָל פֿרעגט אים זײַן בעל־הבית: „זאָגט מיר, וואָס איז די מעשׂה, וואָס איר, אַזאַ קליין מענטשעלע, עסט אַזוי פֿיל אויף, קיין עין־הרע?‟

„איך וועל אײַך זאָגן, — האָט ער אים געענטפֿערט, — בשעת דער אייבערשטער האָט באַשאַפֿן די וועלט, האָט ער אויפֿגעהאָנגען כּלערליי קישקעס, קליינע און גרויסע. דער הויכער מענטש, וואָס האָט געקענט דערגרייכן העכער, האָט ער זיך אויסגעקליבן אַ קורצע קישקע, נאָר איך, ווי אַ קליין מענטשעלע, האָב געמוזט נעמען אַ לאַנגע‟.