Oyneg Shabes

אַ געלער איז אַ גנבֿ

Redheads are Thieves

  • Print
  • Share Share

די באָבע רחל האָט מיך גערופֿן „אַ געלער‟, די באָבע מילכּה — „אַ רױטער‟. קײן גרױסן חילוק האָב איך אין דעם ניט געזען, װײַל סײַ אַ געלן און סײַ אַ רױטן פֿלעגט איבערפֿאַלן אַ פּאָר צוקערקעס אָדער אַ שקאַרמיצל כרוסטיקעס. שפּעטער, װען כ’האָב זיך דערװוּסט, אַז „יעדער געלער איז אַ גנבֿ‟ און „אַ רױטער‟ הײסט אין אַ סך סלאַװישע שפּראַכן „אַ שײנער, אַ שײנהײט‟, און די װױלע ייִדעלעך, װעלכע טראָגן דעם פֿאַמיליע־נאָמען „קראַסני‟, זײַנען ניט רױט, נאָר שײן. און דעמאָלט איז מיר בעסער געפֿעלן געװאָרן צו זײַן אַ רױטער קראַסאַװעץ אײדער אַ געלער גנבֿ. איצט איז דאָס שױן גאָר ניט װיכטיק, װײַל די צײַט פֿאַרװאַנדלט אַלץ אין װײַסן קאָליר, סײַ דאָס רױטע און סײַ דאָס געלע. אָבער פֿאַר װאָס אַ געלער איז טאַקע אַ גנבֿ?… אָט דאָס האָט מיר אױפֿגעקלערט מײַן פֿעטער הענעך דער פֿילאָסאָף, אַ ליכטיקן גן־עדן זאָל ער האָבן.

װען די ייִדן האָבן געמאַכט דאָס גאָלדענע קעלבל, ס’עגל, האָט מען עס דאָך שפּעטער צעשטױסן, צעפֿירט אין עפּעס אַ פֿליסיקײט און יעדן ייִדן געגעבן צו טרינקען. און װער עס איז געװען שולדיק, ס’הײסט צוגעלײגט אַ האַנט צום גאָלדענעם חטא, יענעם האָט דאָס געטראַנק געשאַדט. אָבער, צװישן די מחנות ייִדן איז געװען אַ כאָפּטע הײמישע גנבֿים, און זײ איז געװען אַ שאָד די „סחורה‟, האָבן זײ געלקחנט שטיקלעך גאָלד און עס אַרײַנגעטאָן זיך אין די בערד אַרײַן. װי נאָר זײ האָבן עס געטאָן זײַנען זײ תּיכּף געװאָרן געל.

ס’איז טאַקע אַ שײנער תּירוץ פֿאַר די געלע קינדס־קינדער פֿון יענע גנבֿים, ניט אַנדערש װי גײ־זוך־מיך, משה… ייִדן האָבן דאָך ליב צו מאַכן אַ בלאָטע פֿון יענעם, האָבן זײ באַשלאָסן, אַז אַ געלן (װעלכער איז דאָך אַ גנבֿ, אַ שװינדלער און אַ דרײקאָפּ) זאָל מען אײַנשרײַבן אין פּאַס אַרײַן, אַז ער איז אַ געלער, װײַל װען ער װעט קומען אױף דער עלטער, זאָל ער ניט קענען טענהן, אַז פֿריִער איז ער געװען אַ שװאַרצער.

איצט װײסן מיר שױן, אַז אַ געלער איז אַ גנבֿ, אַ שװינדלער און אַ דרײקאָפּ, נאָר אַז די כאַראַקטעריסטיק זאָל זײַן פֿולקום, לײג איך אײַך פֿאָר אַ מעשׂה מיט אַ קאַרגן געלן.

אַ געלער האָט משדך געװען זײַן טאָכטער, און ער האָט צוגעזאָגט אַ שײנעם נדן און צען יאָר קעסט. אַזױ האָט ער צוגעזאָגט, אָבער נאָך דער חתונה איז געקומען די צײַט פֿאַר זײַנע שפּיצלעך, — ניט נאָר האָט ער גאָרניט געגעבן, נאָר דער חתן האָט אים נאָך געדאַרפֿט צוצאָלן.

מילא… נאָך דער חתונה איז דער יונגער־מאַן, װי עס פֿירט זיך, געזעסן און געלערנט. און אָט איז געקומען זומער, דער חודש תּמוז. אין די גרױסע טעג האָט דער יונגער־מאַן אַ זאָג געטאָן: „אױ, די טעג זײַנען אַזױ גרױס. ס’איז אַ טאָג אַ יאָר.‟ װי נאָר האָט דער שװער דערהערט דעם אײדעמס רײד, האָט ער צו אים געזאָגט: „אױב אַזױ, האָבן דײַנע קעסט זיך שױן באַלד געענדיקט, װײַל דו אַלײן האָסט דאָך געזאָגט, אַז אַ טאָג איז הײַנט אַ יאָר, און איך האָב דיר מער װי צען יאָר ניט צוגעזאָגט.‟

אַז דער יונגער־מאַן האָט דערהערט אַזאַ מעשׂה, איז ער אַרױס אין דרױסן און אַרומגעגאַנגען זײער פֿאַרזאָרגט. באַגעגנט ער אױף דער גאַס אַ חבֿר זײַנעם, אױך אַ געלן. פֿרעגט אים דער געלער חבֿר װאָס איז מיט אים?… דערצײלט אים דער יונגער־מאַן די גאַנצע מעשׂה מיטן געלן שװער. אַז דער געלער חבֿר האָט דערהערט אַזאַ מעשׂה, האָט ער באַרויִקט דעם יונגן־מאַן: „זאָרג זיך ניט, חבֿרל, דײַן שװער איז אַ געלער, אױך איך בין ניט קײן װײַסער. אָט, הער, אין דער תּורה, זאָלסטו װיסן, שטײט געשריבן, אַז דער, װאָס װױנט מיט אַ װײַב אָפּ צען יאָר און ער האָט מיט איר ניט קײן קינדער, קומט אים אַ גט! נו, אױב בײַ אים איז צען טעג — צען יאָר, איז עס בײַ דיר אױך ניט װײניקער, און דו דאַרפֿסט זיך גטן מיט דײַן װײַב.‟

װען דער געלער שװער האָט דאָס דערהערט פֿון זײַן איידעם, האָט ער מורא געקראָגן און געמוזט אים װײַטער געבן קעסט צו עסן.

נו, װאָס זאָגט איר אױף דעם, ר’ ייִד?… הגונבֿ מן הגנבֿ פּטור! און דער טײַטש דערױף איז, אַז אױף יעדן געלן חכם װעט זיך תּמיד געפֿינען אַ געלער אײבער־חכם.