אַ ליולקע אָדער אַ ציביק זײַנען אַ באַקאַנטער כּושוף־אַטריבוט פֿונעם מינדלעכן פֿאָלקלאָר בײַ אַלע פֿעלקער אױף דער װעלט.
אין ייִדישן פֿאָלקלאָר, אָבער, און טאַקע אין אונטערשײד צום פֿאָלקלאָר פֿון די אײראָפּעיִשע פֿעלקער, װען די ליולקע װערט אַ כּישוף־אַטריבוט אין די הענט פֿון די פּשוטע מענטשן, געהערט די ליולקע איבער הױפּט צו די כּלי־קודש, צו אַ גרױסן רבֿ אַ צדיק, און װערט אַ הילפֿס־כּלי בײַם טאָן אַ נס, בערך אַזױ, װי אַ שטעקן אין די הענט פֿון משה־רבינו.
אין דער פּשוטער מעשׂה מיט דער ליולקע פֿונעם פּיסקאָװיצער צדיק איז אינטערעסאַנט צו זען, װי אַזױ װערן איבערגעפֿלאָכטן דאָס פֿונדאַמענטאַלע ייִדישע גלױבן אין נסים און די מאָדערנע (פֿאַרן 19טן יאָרהונדערט) מאָטיװן, דהײַנו, אַ קאָכאַנקע, אַ ייִדישער דאָקטער אַ הולטײַ, װי אױך זײַן פֿאַמיליע־נאָמען, ד״ר װינטכאַפּער. טאַקע אַ פֿײַנער נאָמען, פֿון יענעם סאָרט נעמען, װעלכע ייִדן פֿלעגן צוקלעפּן צו די גאָר „מאָדערנע דײַטשעלעך‟, הער װאַסערפּוצער, מאַדאַם שפּרינג־אין־בעט, כױמעלע עקנדרײער… אָבער, װער איז קליגער פֿון אַלעמען?… זיכער, ר’ משהלע דער קלערער. אַז ער גיט אַ קלער, איז פּשוט אַ פֿאַרגעניגן צו הערן, װי אַזױ ער שטעלט צונױף „צװײ װענט‟ — דעם ריח (רױך) מיטן רוח (גײַסט). אָט, הערט אַ שײנע מעשה מיט אַ מוסרל.
אינעם זינקאָװיצער בית־מדרש זײַנען געזעסן אַ פּאָר חסידים און געשמועסט אַ מעשׂה, װאָס האָט זיך פֿאַרלאָפֿן אין מעלטשעװ, אַ גרױסע שטאָט לעבן זינקאָװיץ. און דאָס איז די מעשׂה; עפּעס אַ דאָקטערס װײַב, אַ בת־אַרבעים, האָט זיך געגט מיט איר מאַן און איז אַװעק װױנען צו איר געליבטן, אױך אַ דאָקטער. סוף מעשׂה.
„מיר דאַכט זיך, — האָט אָנגעהױבן אײנער פֿון די יונגע חבֿרה, — אַז דער געליבטער אירער, דער דאָקטער װינטכאַפּער האָט שױן חרטה אױפֿן גאַנצן עסק. ער װאָלט זי שױן גערן משלח געװען‟.
„ס’איז גאָר קײן חידוש נישט, — האָט זיך פּלוצעם אָנגערופֿן ר’ משהלע קלערער, — אלא מאַי דעם רבינס ליולקע!‟
„װאָס אַזױנס איז געװען מיטן רבינס ליולקע?‟ — איז דער עולם טשיקאַװע געװען צו װיסן.
„אָ… דער אַלטער פּיסקאָװיצער, — האָט אָנגעהױבן ר’ משהלע דער קלערער, — איז, ניט דאָ געדאַכט און ניט אונדז געדאַכט, נפֿטר געװאָרן. איז געקומען אײנער פֿון זײַנע חסידים, אַ גרױסער אַדיר, און האָט געװאָלט קױפֿן דעם רבינס ליולקע. האָבן די יורשים געזאָגט: ‘הונדערט רענדלעך’. האָט דער חסיד געטענהט: ‘אמת, ס’איז טאַקע דעם רבינס ליולקע, אָבער הונדערט רענדלעך איז אױך נישט קײן מילתא זוטרתא, נישט קײן קלײניקײט. װײסט עץ װאָס? לאָזט מיך, צוערשט, טועם זײַן דעם טעם פֿון דער ליולקע, דערנאָך װעלן מיר שױן זען’.
„די יורשים זײַנען מסכּים געװען און דער חסיד האָט פֿאַררײכערט די ליולקע. און װאָס מײנט עץ, איז געשען? אַזױ װי דער ייִד האָט נאָר געגעבן דעם ערשטן צי, האָבן זיך אים תּיכּף געעפֿנט אַלע זיבן הימלען און ער האָט דערזען אַזױנס, װאָס אַפֿילו יחזקיאל הנבֿיא אַלײן האָט נישט געזען. האָט ער זיך ניט־װיסנדיק געמאַכט און געזאָגט: ׳באָם!׳
„אַז דער חסיד איז אַהײמגעקומען, האָט זיך אים נאָך אַ מאָל פֿאַרגלוסט צו זען די מעשׂה־מרכּבֿה. האָט ער װידער פֿאַררײכערט די ליולקע. אָבער, װאָס מײנט עץ, האָט ער דערזען? גאָרנישט געזען, גאָרנישט… אַדרבא, די ליולקע האָט אים געשטונקען גלײַך אין דער נאָז אַרײַן, און ער האָט אָנגעהױבן ניסן און הוסטן, און געמוזט די ליולקע אַװעקלײגן אין דער זײַט. פֿאַרן חסיד איז דאָס געװען אַ גרױסע רעטעניש, און ער איז גלײַך געגאַנגען צום שטאָט־רבֿ, זײער אַ קלוגן ייִד, און אים געפֿרעגט פּשר־דבֿר.
„דער רבֿ האָט אים אױסגעהערט און געענטפֿערט: ׳די רעטעניש איז קײן רעטעניש נישט, און די זאַך איז טאַקע קלאָר װי דער טאָג. אײדער דו האָסט געקױפֿט די ליולקע איז זי דאָך געװען דעם רבינס ליולקע, און דו האָסט געזען דאָס זעלבע װאָס דער רבי פֿלעגט זען. דערנאָך אָבער, װי באַלד די ליולקע איז געקומען אין דײַן רשות, עס האָט זיך אָפּגעטאָן פֿון איר די קדושה און זי איז געװאָרן אַ פּשוטע אַלטע ליולקע, און טוט ממילא דאָס, װאָס אַלע אַלטע ליולקעס טוען — זי פֿאַרשפּרײט אַ ריח־רע.׳
„דער נמשל, מײַנע ליבע דאַמען און הערן, איז אַזאַ: כּל־זמן די שײנע בחורטע איז געװען יענעמס װײַב, האָט דער דאָקטער װינטכאַפּער געזען אין איר אַ פּי־פּי־פּױ, נאָר פּלאי־פּלאָים. איצט אָבער, אַז ער האָט זי שױן קונה געװען, האָט זיך פֿון איר אָפּגעטאָן דער כּישוף, און זי איז אױך אין די אױגן פֿון איר געליבטן געבליבן אַ פּראָסט־פּשוטע ייִדענע מיט אַ צעקנײטשט פּנים. מיט אײן װאָרט, אַן אַלטע ליולקע; און טאַקע מחמת דעם װיל דער דאָקטער װינטכאַפּער פֿון איר פּטור װערן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.