די וואָך האָט קיינער ניט אידענטיפֿיצירט דאָס ליד מיט אַלע נייטיקע פּרטים. דאָס הייסט, צוויי חשובֿע לייענער, אסתּר־בתיה ווײַסמאַן־שולמאַן און יורי זאַקאָן, האָבן ריכטיק געטראָפֿן, אַז דאָס ליד הייסט „אַ ייִדישע מאַמע‟, געשריבן פֿון דזשעק יעלען, מיט מוזיק פֿון לעוו פּאָלאַק — נאָר די זינגערין האָבן זיי ניט דערקענט. קענען מיר איצט אויסזאָגן, אַז זי הייסט ביבי מאַרסעל און זי זינגט מיט דער „מאַקסוועל סטריט‟ קלעזמער־קאַפּעליע. אָט האָט איר דאָס גאַנצע ליד:
דאָס מאָל וועלן מיר אײַך ברענגען אַן אויסצוג פֿון אַ ליד, וואָס איז אפֿשר ניט אַזוי שווער צו טרעפֿן. איז הערט זיך צו און שיקט אַרײַן דעם נאָמען פֿונעם ליד, פֿונעם מחבר, און פֿונעם זינגער, וועט דער ערשטער באַקומען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.
שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com
גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.