Oyneg Shabes

אַ קיצל צום לאַכן

Tickle My Toes

  • Print
  • Share Share

אַ גרויסער קאַרליק

מען האָט אַרומגעטראָגן איבער די גאַסן זייער אַ קליינעם קאַרליק ווײַזן פֿאַר עטלעכע קאָפּיקעס. אַ קלוגער קלויזניק האָט דערזען, ווי אַלע לויפֿן נאָך און קוקן, האָט ער מיט וווּנדער געזאָגט: „איך פֿאַרשטיי ניט, וואָס איז דאָ אַזוי נאָכצולויפֿן? איך האָב געזען גרעסערע קאַרליקעס‟.


די קלוגע כּלה

„דו נאַר איינע!‟ — האָט אַ מוטער געטרייסט איר טאָכטער בשעת דער חופּה, — „וואָס וויינסטו? אַ מאַן איז דאָך ניט קיין בער. ווי איז געווען, אַז איך האָב חתונה געהאַט מיטן טאַטן?‟

„אַזוי?‟ — האָט זיך די כּלה אָפּגערופֿן, — „האָסטו דאָך חתונה געהאַט מיטן טאַטן, און איך האָב איצט חתונה גאָר מיט אַ פֿרעמדן מאַנצביל‟.


אַ שנײַדער אַ למדן

אַ שנײַדערשער יונג האָט שבֿועות צו קידוש געזאָגט „זמן חרותנו‟. „גראָבער יונג איינער! — האָט אויף אים דער בעל־הבית אָנגעשריִען — מילא, פּסח זאָגט מען ׳זמן חרותנו׳, עסט מען כאָטש חרוסת, אָבער וואָס איז הײַנט פֿאַר אַ חרותנו אויף דײַן משוגענעם קאָפּ?‟


לעבן ווי אַ שלעפּער

„איך האָב מורא, — האָט איינער געזאָגט צו זײַן חבֿר, — אַז מיר זאָלן ניט שטאַרבן ווי שלעפּער‟.

„אויך אַ דאגה! — האָט געזאָגט דער אַנדערער, — איך האָב מורא, אַז מיר וועלן דאַרפֿן לעבן ווי שלעפּער‟.