Oyneg Shabes

יאָסל־פּאַרך

Yossel With the Canker on His Scalp

  • Print
  • Share Share

בײַ אונדז אין שטעטל, אין פֿלאָרעשט, פֿלעגט מען זאָגן, אַז „אַ ייִד אַ פּאַרך איז ערגער פֿון אַ גױ אַ רשע‟. פֿונעם קאָנטעקסט האָט מען באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז סע רעדט זיך װעגן אַ שלעכטן מענטש. מײַן טאַטע, זאָל זיך מיִען, אַ ליטװאַק, כּדי אָפּכאַראַקטעריזירן אַ שלעכטן ייִדן, פֿלעגט זיך באַנוצן מיט אַן אַנדערן אױסדרוק — אַ פּאַרשיװער ייִד, אָדער אַ פּאַרשיװער מענטש.

שפּעטער, װען איך האָב שױן געװױנט אין דער גרױסער ייִדישער שטאָט בעלץ, האָב איך געהערט סײַ „אַ ייִד אַ פּאַרך‟ און סײַ „אַ פּאַרשיװער ייִד‟, אָבער מײנען האָבן זײ געמײנט צװײ פֿאַרשידענע זאַכן. דער בעלצער „אַ ייִד אַ פּאַרך‟ איז געװען אַ פּראָסטאַק, אַ נאַר, אַ טיפּשעװאַטער מענטש, אָבער „אַ פּאַרשיװער ייִד‟ האָט טאַקע געמײנט אַ שלעכטער מענטש, אַ רשע.

שפּעטער, אַז כ’האָב אָנגעהױבן זיך גריבלען אין די עטימאָלאָגישע װערטערביכער, האָב איך דערזען, אַז „פּאַרכאַטע‟ און „פּאַרשיװע‟ שטאַמען פֿון דעם זעלבן פּױלישן מקור — „פּאַרך‟, און עס מײנט די גוט באַקאַנטע קרענק „קרעץ‟, אױף װײַסרוסיש און רוסיש — פּאַרשאַ, אױף העברעיִש — גרדת, חכּכת. אַ קרענק װי אַלע הױטקרענק, נאָר, װי מע זאָגט, מיט אַ טראָפּנדל פֿאַרגעניגן — מע קראַצט זיך און עס װילט זיך נאָך. אָבער, אַז איר קוקט אַרײַן אינעם ׳װערטערבוך פֿון דער אוקראַיִנישער שפּראַך׳ אונטער דער רעדאַקציע פֿון באָריס גרינטשענקאָ (דערשינען מיט קנאַפּע הונדערט יאָר צוריק), געפֿינט איר אַזש דרײַ װערטער פֿונעם זעלבן שורש, (אַגבֿ, אַלע דרײַ זײַנען אַרײַן אין ייִדיש), דהײַנו, „פּאַרך‟ — אַ זידלװאָרט פֿאַר אַ ייִד. און װײַטער — „פּאַרכאַטע‟ און „פּאַרכאַטש‟. די אוקראַיִנישע שפּריכװערטער, צוגעגעבענע צו די װערטער „פּאַרך, פּאַרכאַטע און פּאַרכאַטש‟ װעל איך ניט ברענגען, װײַל מײַן האַנט זאָגט זיך אָפּ אױסצופֿילן די דאָזיקע „מצװה‟, נאָר אַ ייִדישע מעשׂה װעגן אַ ייִד אַ פּאַרך װעל איך יאָ ברענגען, װײַל אַ סאַרקאַסטיש שמײכל צום „עונג־שבת‟ װעט אונדז אַװדאי ניט שאַטן.

עמעצער האָט דערצײלט ר’ משהלע דער קלערער, אַז אין די גרױסע שטעט זײַנען פֿאַראַן ייִדן, װעלכע שעמען זיך מיטן נאָמען „ייִד‟. און אַז אַזאַ ייִדן קומט אױס צו זײַן צװישן גױיִם און מע פֿרעגט אים: װער איז ער? — װאָס ענטפֿערן זײ: אַזאַ מאָדנע ייִד, - איז טשיקאַװע צו װיסן ר’ משהלע דער קלערער. „דאָס איז נישט בײַ אַלע גלײַך — ענטפֿערט אים דער דערצײלער — אַ טײל פֿון די־אָ בײשנים ענטפֿערן געװײנטלעך אױף דער דערמאָנטער פֿראַגע: מיר זײַנען דײַטשן, פּאָליאַקן אאַ”װ. און אַ טײל פֿון זײ זאָגן: מיר זײַנען גאָרנישט, מיר זײַנען מענטשן‟.

ר’ משהלע האָט אַ קלער געטאָן און געזאָגט: „מילא, די ‘דײַטשן’, ‘פּאָליאַקן’ יאַק די ‘דײַטשן’, ‘פּאָליאַקן’ – דאָס װאָס זײ טענהן, דאָס איז אַ פּשוטער שקר און נישט מער. נאָר די ‘מענטשן’… אַ שאָד װאָס איך האָב נאָך נישט באַגעגנט אַזאַ מאָדנעם ‘בן־אָדם’. איך װאָלט געהאַט פֿאַר זײַנעטװעגן אַ שײן משל‟. „דהײַנו? - פֿרעגט אים דער עולם. און ר’ משהלע קלערער הײבט אָן:

„איך װאָלט אים דערצײלט אָט די־אָ מעשׂה. הערט זשע… ר’ יאָסל־פּאַרך פֿון פּיטשעליוב איז אַ מאָל געװען אין מעלטשעװ און עס האָט זיך אים פֿאַרגלוסט דאָרטן צו גײן אין באָד אַרײַן. האָט ער אָבער מורא געהאַט, טאָמער װעלן, חלילה, די מעלטשעװער באַלעבאַטים זען, אַז ער האָט אַ פּאַרך. װאָס האָט ער געטאָן? ער איז געגאַנגען און האָט זיך געבאָדן אינעם קאַפּל. אײנער אַ מעלטשענער ייִד האָט עס דערזען, איז צוגעגאַנגען צו אַן אַנדערן מעלטשענער און אים געפֿרעגט: ‘װאָס קלערט איר איז געדרונגען פֿון דעם, װאָס דער־אָ ‘גאַסט’ באָדט זיך אין אַ קאַפּל? ‘איך מײן, אַז ער איז אַ פּאַרך’, - ענטפֿערט דער אַנדערער. ‘אַ טעות, - זאָגט דער ערשטער, - נישט אײן זאַך קען איך מיר דרינגען דערפֿון, נאָר צװײ, דהײַנו, אַז ער איז אַ פּאַרך און אַ קלײן מענטשעלע דערצו. װײַל אַ מענטש, װי ס’געהער צו זײַן, שעמט זיך נישט מיט אַ זאַך, אין װעלכער ער איז ניט שולדיק, אַפֿילו װען די זאַך איז ניט שײן‟.

„אױך איר האָט אַ טעות, — האָט זיך אַרײַנגעמישט אַ דריטער ייִד, — איך קען מיר דרינגען דערפֿון דרײַ זאַכן, דהײַנו — אַז ער איז אַ פּאַרך, אַז ער איז אַ קלײן מענטשעלע און אַז ער איז אַ גרױס פֿערד דערצו, װײַל אַ מענטש מיט אַ קאַפּעלע שׂכל דאַרף װיסן, אַז אַפֿילו אַ פּיצל קינד פֿאַרשטײט װאָס באַדײַט אַזאַ מאָדנע ‘באַדעקנס’ בשעתן באָדן זיך.‟

„דאָס נמשל, אַזױ װאָלט איך צו דעם דערמאָנטן ‘מענטשן’ געזאָגט, - װעסטו שױן אַלײן פֿאַרשטײן, װײַל הן אמת, לדידי איז דאָס ‘זײַן אַ ייִד’ דאָס שענסטע און דאָס בעסטע אױף דער װעלט. נאָר לדידך, נאָך דיר נאָך, װאָס דו מײנסט, אַז דאָס איז אַ מיאוסע זאַך, װאָס זשע פּועלסטו דערמיט, װאָס דו זאָגסט, אַז דו ביסט ‘אַ מענטש’. דאָרט, װוּ יעדער ניט־ייִד זאָגט: ‘איך בין ‘אַ דײַטש’, ‘אַ פֿראַנצױז’ אאַ”װ, נאָר אַזױ פֿיל, אַז דער קלוגער גױ, װעלכער הערט דאָס, קלערט זיך דערבײַ, - דער דאָזיקער ‘מענטש’ איז זיכער אַ ייִד, אַ קלײן מענטשעלע און אַ גרױסער טיפּש דערצו.‟