„זאָגט מיר, רבי, — האָט איינער געזאָגט צו אַ רבֿ, — די גמרא זאָגט דאָך, אַז צדיקים כּל זמן שמזקינין דעתּן מיושבת עליהם — ד”ה די צדיקים וואָס זיי ווערן עלטער, ווערן זיי אַלץ קליגער, און די רשעים וואָס זיי ווערן עלטער, ווערן זיי אַלץ נאַרישער. טאָ ווי קומט עס, אַז די ספֿרים, וועלכע איר האָט איצט אַרויסגעגעבן, זײַנען ערגער פֿאַר די, וועלכע איר האָט געשריבן יונגערהייט?‟
„אָט דאָס איז דאָך טאַקע די סיבה, — האָט אים דער רבֿ געענטפֿערט, — וואָס איר זײַט עלטער געוואָרן‟.
די חסידים רעדן וועגן רבין, רופֿן זיי אים ניט מיט זײַן נאָמען, נאָר זיי זאָגן: „ער, זאָל לעבן‟. מען זאָגט: „ער, זאָל לעבן, עסט; ער, זאָל לעבן, טרינקט; ער, זאָל לעבן, שלאָפֿט‟. איין חסיד דערציילט, וויינענדיק, דעם צווייטן: „ער, זאָל לעבן, איז געשטאָרבן!‟.
אַ מחבר האָט געמאַכט אַ נײַעם פּירוש אויף הגדה, האָט בײַ אים איינער געפֿרעגט: „איז דען קנאַפּ פּירושים אויף הגדה, וואָס ווילט איר נאָך מיט אײַער פּירוש?‟
„פֿאַרשטייט איר, — האָט אים דער מחבר געענטפֿערט, — פֿון יענע פּירושים קען איך אָבער קיין פּסח ניט מאַכן‟.
בײַ אַ קלוגן רבֿ האָט מען געפֿרעגט: „עס שטייט דאָך אל תּרבה שׂיחה עם אשה, איר זאָלט נישט רעדן מיט קיין פֿרויען, פֿאַר וואָס זשע רעדט איר מיט ווײַבער?‟
„עס איז בעסער צו רעדן מיט אַ ייִדענע און טראַכטן אין גאָט, — האָט דער רבֿ געענטפֿערט, — איידער צו רעדן מיט גאָט און טראַכטן פֿון אַ ייִדענע‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.