דער פֿרילינג איז געקומען, האָט דער זיידע נח פֿאַר דער אַרבעט זיך גענומען און האָט פֿאַרזעצט אַ רעטעך.
איז געקומען דער זומער, איז דער רעטעך אויסגעוואַקסן אַ גרויסער, אַ גרויסער און אַ געראָטענער.
האָט דער זיידע נח געוואָלט דעם רעטעך פֿון דער ערד אַרויסשלעפּן.
ער שלעפּט און ציט, ציט און שלעפּט און אַרויסשלעפּן דעם רעטעך קען ער ניט.
האָט דער זיידע נח די באָבע זלאַטע גערופֿן, זי זאָל אים העלפֿן דעם רעטעך פֿון דער ערד אַרויסשלעפּן.
די באָבע זלאַטע שלעפּט דעם זיידן פֿאַר דער קאַפּאָטע, דער זיידע נח שלעפּט דעם רעטעך מיטן גאַנצן כּוח, זיי שלעפּן־ציִען, ציִען־שלעפּן, נאָר דעם רעטעך אַרויסשלעפּן קענען זיי ניט.
האָט די באָבע זלאַטע גערופֿן איר אייניקל פֿריידל.
דאָס אייניקל פֿריידל שלעפּט די באָבע פֿאַרן קליידל, די באָבע זלאַטע שלעפּט דעם זיידן פֿאַר דער קאַפּאָטע, דער זיידע נח שלעפּט דעם רעטעך מיטן גאַנצן כּוח, זיי שלעפּן־ציִען, ציִען־שלעפּן, נאָר אַרויסשלעפּן דעם רעטעך קענען זיי ניט.
האָט דאָס אייניקל פֿריידל גערופֿן דאָס הינטעלע־טרעפּעלע.
הינטעלע־טרעפּעלע שלעפּט דאָס מיידעלע פֿאַרן צעפּעלע, דאָס אייניקל פֿריידל שלעפּט די באָבען פֿאַרן קליידל, די באָבע זלאַטע שלעפּט דעם זיידן פֿאַר דער קאַפּאָטע, דער זיידע נח שלעפּט דעם רעטעך מיטן גאַנצן כּוח, זיי שלעפּן־ציִען, ציִען־שלעפּן, נאָר אַרויסשלעפּן דעם רעטעך קענען זיי ניט.
האָט דאָס הינטעלע־טרעפּעלע גערופֿן דאָס קעצעלע דראַפּקעלע.
קעצעלע־דראַפּקעלע שלעפּט דאָס הינטעלע פֿאַר אַ לאַפּקעלע, הינטעלע־טרעפּעלע שלעפּט דאָס מיידעלע פֿאַרן צעפּעלע, דאָס אייניקל פֿריידל שלעפּט די באָבען פֿאַרן קליידל, די באָבע זלאַטע שלעפּט דעם זיידן פֿאַר דער קאַפּאָטע, דער זיידע נח שלעפּט דעם רעטעך מיטן גאַנצן כּוח, נאָר אַרויסשלעפּן דעם רעטעך קענען זיי ניט.
האָט דאָס קעצעלע־דראַפּקעלע גערופֿן דאָס מײַזעלע־ברעקעלע.
מײַזעלע־ברעקעלע שלעפּט דאָס קעצעלע פֿאַרן עקעלע, קעצעלע־דראַפּקעלע שלעפּט דאָס הינטעלע פֿאַר אַ לאַפּקעלע, הינטעלע־טרעפּעלע שלעפּט דאָס מיידעלע פֿאַרן צעפּעלע, דאָס אייניקל פֿריידל שלעפּט די באָבע פֿאַרן קליידל, די באָבע זלאַטע שלעפּט דעם זיידן פֿאַר דער קאַפּאָטע, דער זיידע נח שלעפּט דעם רעטעך מיטן גאַנצן כּוח, זיי שלעפּן־ציִען, ציִען־שלעפּן און האָבן קוים דעם רעטעך פֿון דער ערד אַרויסגעריסן.
דער זיידע קוועלט, דער רעטעך אים געפֿעלט. די באָבע זינגט, דאָס אייניקל שפּרינגט, דאָס הינטעלע האַווקעט, דאָס קעצעלע ניאַווקעט, און דאָס מײַזעלע־ברעקעלע פֿאָכעט מיטן עקעלע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.