Oyneg Shabes

אַ פֿאָלקס־מעשׂהלע פֿונעם שטעטל זינקעוו

A Folktale From the Town of Zinkev

  • Print
  • Share Share

עס װײַזט זיך אַרױס, אַז דאָס שטעטל זינקעװ האָט זײער אַ לאַנגע געשיכטע, װײַל אין יאָר 1404 האָט דער פּױלישער קעניג יאַגײַלאָ פֿאַרשאָנקען די פֿעסטונגען זינקעװ און סאַװענעװ דעם פּױלישן פֿירשט פּעטער שאַפֿראַנץ.

אַ פֿעסטונג איז דאָך ניט קײן שטאַל; פֿאַר אײן טאָג שטעלט מען זי ניט אױף. די זינקעװער פֿעסטונג איז געװאָרן אַ װיכטיקער פֿאָרפּאָסט קעגן די רױבערישע אָנפֿאַלן פֿון די קרימער טאָטערן. אין 1648טן יאָר איז זינקעװ געװאָרן פֿון די ערשטע פּױליש־ייִדישע שטעטלעך, װעלכע ס׳האָבן חרובֿ געמאַכט די באַנדעס פֿון כאַמעליוקס קאַזאַקן און די קרימער טאָטערן. דער פֿראַנצײזישער דיפּלאָמאַט װערדום, פֿאַרבײַפֿאָרנדיק דאָס שטעטל זינקעװ אין 1671, האָט פֿאַרצײכנט אין זײַן רײַזע־ביכל: „פֿון דער שטאָט זינקעװ איז קײן סימן ניט געבליבן, נאָר די רויִנען פֿונעם שטאָטמױער‟. פֿון 1672טן ביז 1699טן יאָר האָט זינקעװ געהערט צו דער טערקישער אימפּעריע, מע האָט פֿאַרראָכטן די זינקעװער פֿעסטונג און אין שטעטל האָבן זיך באַזעצט די ספֿרדישע ייִדן, אָבער נאָך דעם װי פּאָדאָליע איז איבערגעגעבן געװאָרן צו פּױלן, האָבן די קאַזאַקן װידער רויִנירט דאָס שטעטל און אומגעבראַכט אַלע ייִדן.

ניט קוקנדיק אױף די שרעקלעכע גזירות, האָבן זיך ייִדן װידער און װידער באַזעצט אין זינקעװ. דאָס שטעטל האָט געװאַקסן און אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 18 י”ה איז אין זינקעװ אױפֿגעבױט געװאָרן „די גרױסע שיל‟, די אַזױ־גערופֿענע „מאָװשיװקע‟, די סאַמע גרעסטע שיל אין פּאָדאָליע (צעשטערט געװאָרן קורץ פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה). אין 1825טן יאָר האָט זיך אין זינקעװ באַזעצט רבי יצחק־מאיר העשיל פֿון מעדזשיבעזש, דער זון פֿונעם אַפּטער רבי, ר’ אַבֿרהם־יהושע העשיל.

לױט דער סטאַטיסטיק פֿון יאָר 2013, איז אין זינקעװ ניט געבליבן קײן אײן ייִד.

איך װיל באַקענען דעם לײענער פֿון „פֿאָרװערטס‟ מיט אַ זעלטן מעשׂהלע, פֿאַרשריבן אין זינקעװ אין אָנהײב פֿון 20סטן יאָרהונדערט, בעת אײנער פֿון די ערשטע עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס.

אַמאָל איז געװען אַ רבֿ מיט אַ רביצין, אַ הונט מיט אַ בער.

האָט אַ קיסר אַרױסגעגעבן אַ פּריקאַז,

אַז מע טאָר ניט צולײגן קײן כרײן צו אַ נאָפּל פֿון אַ קימפּעטקינד.

האָט עס במה מדליקין זײער פֿאַרדראָסן,

כאַפּט ער דעם אױבערשטן שטײסל און װאַרפֿט דעם הונט אין פֿעסל,

און טרעפֿט אים אין קעפּל און מאַכט אים אַ געשװאָלן שװענצל.

דער הונט איז געװאָרן בײז, כאַפּט ער זיך אױף און הײבט אָן צו לױפֿן.

לױפֿט, לױפֿט, לױפֿט אין אַ געדיכטן װאַלד אַרײַן — אײן בױם פֿון אַנדערן איז נאָענט אַ מײַל…

קומט ער צו צום ערשטן בױם, זעט ער אױפֿן שפּיץ בױם שטײט אַ פֿלױ.

די פֿלױ האָט געהאַט אַ בלאָנע אױפֿן אױג,

די בלאָנע איז געװען אַזױ גרױס, װי אַ װעלשענע נוס.

װאָס טוט מען מיט אַ נוס? מע קנאַקט זי אױף —

שיט זיך אַרױס צװאַנציק אײלן לײַװנט.

מיט צװאַנציק אײלן לײַװנט איז אַ הונט אַפֿילו שױן אַ גאַנצער סוחר…

גײט ער אין שטאָט אַרײַן, טרעפֿט ער אַ פּױער טראָגן אַ הון מיט אַ קאַטשקע,

איז ער משװה די קאַטשקע, באַצאָלט די גאַנדז, שעלט דעם אינדיק,

פֿליקט אָפּ דאָס קאַלב, און די קאַץ װערט טריפֿה…

קאָכט מען שױן פֿון דעם קאָטער אַ יױך, און גרײט צום טיש און מע לײגט לעפֿל.

און דער בעל־דרשן נעמט דעם ערשטן לעפֿל יױך, ברעכט זיך איבער דער לעפֿל,

און עס שפּרינגט אַרױס אַ שװאַרצע פֿלױ און שטעלט זיך אױפֿן שפּיץ שיסל.

עס קערט זיך איבער די יױך און בריט אָפּ דעם גלעזערנעם תּ…ת,

פֿאָרט ער צו דאָקטױרים זיך קורירן,

האָבן די דאָקטױרים געזאָגט, אַז די אַלע פֿערצן מײדן און די אײן און אײנציקע טאָכטער

װעלן חתונה האָבן און װעלן האָבן קינדער,

זאָל ער זיך מיט דער מילך װאַשן דעם „װי רופֿט מען דאָס‟,

װעט ער געהאָלפֿן װערן.

אַ הון מיט אַ האָן,

הײבט זיך די מעשׂה אָן.

אַ קאַץ מיט אַ מױז,

לאָזט זיך די מעשׂה אױס.