מיסטער דרייער: איר ווייסט, אײַער ברודער קען כאַפּן פֿון מיר אַ מפּלה פֿאַר זײַן אַרומגיין זאָגן ליגנס וועגן מיר.
מיסטער מייער: וואָס אַרט אײַך ווען ער זאָגט וועגן אײַך ליגנס? זעט איר, ווען ער זאָל אַרומגיין זאָגן וועגן אײַך דעם אמת, דעמאָלט וואָלט ער זיכער ווערט געווען, איר זאָלט אים אָנברעכן די ביינער.
אַ דאָקטער איז גערופֿן געוואָרן צו אַ קראַנקן און ער האָט אים אונטערזוכט. דער פּאַציענט איז געווען זייער אומרויִק און ער האָט אָפֿנהאַרציק געפֿרעגט דעם דאָקטער:
— מיינט איר, דאָקטער, אַז אײַער דיאַגנאָז איז ריכטיק און איר וועט מיך קורירן אויף דער ריכטיקער קראַנקייט?
— פֿאַר וואָס פֿרעגט איר אַזאַ זאַך?
— ווײַל איך האָב געהערט פֿון פֿאַלן, וווּ אַ דאָקטער האָט עמעצן קורירט פֿון אַ לונגען־פֿאַרצינדונג און געשטאָרבן איז גאָר יענער פֿון אַ האַרץ־אַטאַק.
— בײַ מיר פּאַסירט ניט אַזאַ זאַך, — באַרויִקט דער דאָקטער דעם פּאַציענט, — אַז איך קוריר עמעצן פֿון אַ לונגען־פֿאַרצינדונג, שטאַרבט ער פֿון אַ לונגען־פֿאַרצינדונג.
אין אַ רעסטאָראַן איז צו איינעם, בײַ אַ טישל, צוגעקומען אַ מאַן און זאָגט צו אים:
— עס וועט אײַך אפֿשר וווּנדערן: איר קענט מיך ניט, דאָך וויל איך בײַ אײַך לײַען אַ דאָלאַר.
— עס וועט אײַך אפֿשר נאָך מער וווּנדערן, — ענטפֿערט אים יענער, — וואָס איך קען אײַך גראַדע יאָ, און פֿון דעסטוועגן וועל איך אײַך לײַען אַ דאָלאַר.
רבי יצחק אלחנן, דער גאון פֿון קאָוונע, האָט צווישן זײַנע גוטע־פֿרײַנד געהאַט אַ יונגן ייִדישן כעמיקער. דער יונגערמאַן איז געווען אַן אָפֿענער אַטעיִסט און ניט געהאַלטן פֿון קיין רעליגיע, דאָך האָט רבי יצחק אלחנן אים רעספּעקטירט פֿאַר זײַן גרויסער געלערנטקייט.
איין מאָל האָט פּאַסירט, אַז דער באַרימטער רבֿ איז שטאַרק קראַנק געוואָרן און דער דאָקטאָר האָט אָנגעזאָגט, אַז מען זאָל צו אים קיינעם ניט צולאָזן, סײַדן דער רבי אַליין וועט עס פֿאַרלאַנגען. האָט מען אים געפֿאָלגט און צום קראַנקן ניט צוגעלאָזט אַפֿילו זײַנע נאָענטסטע פֿרײַנד.
צווישן די, וועלכע זײַנען געקומען אים זען איז אויך געווען דער אַפּיקורס, דער יונגער כעמיקער, וועלכער איז געווען שטאַרק באַזאָרגט וועגן דעם גאונס קראַנקייט. און ווען מען האָט דעם קראַנקן געמאָלדן פֿון זײַן קומען, האָט ער פֿאַרלאַנגט, אַז מען זאָל אים גלײַך צולאָזן צו אים.
— רבי, — זאָגט דער כעמיקער צו ר’ יצחק אלחנן, — ווי קומט עס וואָס איר האָט מיר דערלויבט אײַך צו זען, כאָטש אײַערע נאָענטסטע פֿרײַנד ווערן צו אײַך ניט צוגעלאָזן?
— פֿאַרשטייסטו מיך, — האָט דער הייליקער חולה מיט מאַטערניש אים געענטפֿערט, — מיט אַלע מײַנע נאָענטע פֿרײַנד האָף איך נאָך צו טרעפֿן זיך סײַ ווי סײַ אין גן־עדן, אָבער מיט דיר וועל איך אפֿשר שוין קיין מאָל ניט זען זיך, דערפֿאַר קענען מיר זיך איצט געזעגענען…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.