Oyneg Shabes

אַריבער דעם סמבטיון

Over the Sambation

  • Print
  • Share Share

לכּבֿוד דעם ערשטן יאָרצײַט פֿונעם גרויסן מומחה אויפֿן געביט פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר, פּראָפֿ’ דבֿ נוי (1920־2013), האָט דער „לייענזאַל‟ אַרויפֿגעשטעלט אַ ווידעאָ פֿון אַ לעקציע, וואָס פּראָפֿ’ נוי האָט געהאַלטן אין לאָס־אַנדזשעלעס דעם 13טן אַפּריל 1996. די רעקאָרדירונג האָט געשאָנקען דער לאָס־אַנדזשעלעסער ייִדישער קולטור־קלוב.

דבֿ נוי איז געבוירן געוואָרן אין דעם שטעטל קאָלאָמיי (דעמאָלט פּוילן, הײַנט אוקראַיִנע), און האָט עולה געווען קיין ארץ־ישׂראל אין 1938. ער האָט שטודירט אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט און שפּעטער געמאַכט זײַן דאָקטאָראַט אין אַמעריקע. אין 1955 האָט ער געגרינדעט דעם „ישׂראל־אַרכיוו פֿון פֿאָלק־דערציילונג‟ בײַם אוניוועריטעט פֿון חיפֿה. ער האָט אַליין אָנגעשריבן אָדער רעדאַקטירט אַן ערך 60 ביכער און זאַמלונגען, און האָט אויף דער עלטער באַקומען סײַ דעם ביאַליק־פּרײַז, סײַ דעם ישׂראל־פּרײַז.

דאָ דערציילט ער וועגן די ייִדישע לעגענדעס פֿונעם טײַך סמבטיון און פֿון די רויטע ייִדעלעך.