די וואָך האָט געוווּנען אונדזער פֿאַרמעסט דער יונגער ייִדישיסט פֿון סאַנטאַ־קרוז נח באַרעראַ־סטאַנפֿאָרד, וואָס האָט שוין באַקומען זײַן פּרעמיע — די רעקאָרדירונג „ייִדישע קלאַסישע ווערק‟ רעציטירט פֿון שורע גרינהויז־טורקאָוו.
יישר־כּח!
ער האָט ריכטיק געטראָפֿן, אַז דאָס ליד הייסט „זאָל שוין קומען די גאולה‟, געשריבן פֿונעם ווילנער פּאָעט שמערקע קאַטשערגינסקי, אין אַ גאָר מאָדערנעם נוסח געזונגען פֿון וואָלף קראַקאָווסקי. הערן דאָס גאַנצע ליד קענט איר דאָ:
און אָט האָט איר אַ נײַעם אויסצוג פֿון נאָך אַ ליד — הערט זיך צו און שיקט אַרײַן דעם נאָמען פֿונעם ליד, פֿונעם מחבר (ווערטער און אויך מוזיק!), און פֿונעם זינגער, וועט דער ערשטער באַקומען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟, אַ קאָמפּאַקט־דיסק.
שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com
גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.