עס איז שװער צו גלײבן, אָבער עס זײַנען געװען צײַטן, װען איך בין געװען אַ קלײן קינד. איך װײס נישט װי בײַ אַנדערע קינדער, נאָר פֿון קינדװײַז אָן האָב איך מורא געהאַט פֿאַר די בערן און שלאַנגען. דער אמת איז, אַז אין יענע צײַטן האָב איך אַפֿילו נישט געװוּסט, װי אַזױ זעען זײ אױס, װײַל בײַ אונדז אין שטעטל זײַנע קײן בערן און שלאַנגען נישט געװען. עס איז געװען אַ קאָמפּאַקטע ייִדישע שטאָט מיט אַ גױיִש מיליטער־שטעטל פּאַזע דער לײם־ריפּע.
איך מײן, אַז דאָס װאָרט „ריפּע‟ איז נישט באַקאַנט אַ סך ייִדישע לײענער. אַ ריפּע האָט בײַ אונדז געמײנט אַ באַלקע, אַ יאַר, מיט אײן װאָרט, אַ טיף אױסגעטריקנט טײַכבעט. בקיצור, צװײ ריפּעס זײַנען בײַ אונדז יאָ געװען, אָבער מיט קײן בערן און שלאַנגען האָט אַפֿילו ניט געשמעקט. די מורא פֿאַר די־אָ חיות האָט מיך באַפֿאַלן נאָך מײַן באָבעס „מעשׂהלעך צום שלאָפֿן‟. װעגן װאָס זײַנען געװען יענע מעשׂהלעך געדענק איך ניט, נאָר דער פּחד פֿאַר יענע שרעקלעכע חיות איז געבליבן אױף אײביק, און עס װײַזט זיך אױס, אַז די דאָזיקע פֿאָביע האָט אַ לאַנגע, לאַנגע „באָרד‟. זי איז געבױרן געװאָרן אין די גאָר װײַטע קדמונישע צײַטן, און אױך שלמה המלך האָט באַװיזן צולײגן אַ האַנט צו דעם אײביקן װיכּוח צװישן די מענטשן און שלענג.
אַן אײביקע שׂינאה הערשט צװישן אַ מענטש און אַ שלאַנג. נאָך דעם װי די שלאַנג האָט צוגערעדט דעם מענטשן צו דער זינד, האָט דער אײבערשטער זײ אָנגעזאָגט, אַז צװישן זײ װעט הערשן אַן אײביקע שׂינאה. די שלאַנג װעט זוכן דעם מענטשן, כּדי צו בײַסן אים אין פֿוס, און דער מענטש װעט זוכן צו צעטרעטן דער שלאַנגס קאָפּ. אין די צײַטן פֿון שלמה המלך איז פֿאָרגעקומען אַזאַ געשיכטע.
אַ מאַן איז געגאַנגען איבערן פֿעלד. אין דער האַנט האָט ער געטראָגן אַ קרוג מילך, און פּלוצעם זיך אָנגעשטױסן אױף אַ שלאַנג, װאָס האָט געשריִען פֿאַר דאָרשט. „װאָס שרײַסטו?‟ — האָט דער מענטש זי געפֿרעגט. „איך שרײַ, װײַל איך בין דאָרשטיק, — האָט געענטפֿערט די שלאַנג, — אָבער װאָס טראָגסטו אין דער האַנט?‟ „מילך‟, — האָט געענטפֿערט דער מאַן. „גיב מיר אַ טרונק, — בעט די שלאַנג, — און איך װעל דיר װײַזן אַן אָרט, װוּ ס׳ליגט באַגראָבן אַן אוצר, און דו װעסט רײַך װערן‟. האָט דער מאַן געגעבן דער שלאַנג צו טרינקען פֿון זײַן קרוג, און זי האָט געטרונקען.
נאָך דעם װי די שלאַנג האָט אָפּגעטרונקען, האָט דער מאַן געזאָגט: „איצט װײַז מיר, װוּ ס׳ליגט דער אוצר?‟ — „קום מיט מיר‟, — האָט געענטפֿערט די שלאַנג. איז דער מאַן נאָכגעגאַנגען, ביז זײ זײַנען געקומען צו אַ גרױסן שטײן. „אָט, אונטער דעם־אָ שטײן געפֿינט זיך דער אוצר‟, — האָט געזאָגט די שלאַנג. דער מאַן האָט אַװעקגערוקט דעם שטײן, אָנגעהױבן גראָבן די ערד און באַלד געפֿונען אַ קרוג מיט גאָלד. ער האָט גענומען דעם קרוג און געגאַנגען אַהײם, אָבער די שלאַנג האָט אים באַלד אָנגעיאָגט, אַרױפֿגעשפּרונגען אױף אים און זיך אַרומגעװיקלט אַרום זײַן האַלדז. „װאָס טוסטו?‟ — האָט דער מאַן געפֿרעגט. „איך װיל דיך טייטן, װײַל דו האָסט צוגענומען מײַן גאָלד‟, — האָט געענטפֿערט די שלאַנג. „אױב אַזױ, — ענטפֿערט איר דער מאַן, — קום מיט מיר צו שלמה המלכן, צו אַ דין־תּורה‟.
זײַנען זײ געקומען צו שלמה המלכן, און די שלאַנג איז נאָך אַלץ געליגן אַרום דעם מאַנס האַלדז, און יענער האָט געשריִען פֿאַר שרעק.
„װאָס װילסטו פֿון אים‟, — האָט אַ פֿרעג געטאָן שלמה המלך בײַ דער שלאַנג. „איך װיל אים טייטן, — האָט געענטפֿערט די שלאַנג, — װײַל אין דער תּורה שטײט געשריבן: ‘דו װעסט אים בײַסן אין פּיאַטע׳‟. „קודם־כּל, — האָט געזאָגט שלמה המלך, — קריך אַראָפּ פֿון זײַן האַלדז. עס איז ניט ריכטיק, אַז דו זאָלסט אױסזען מער זיכער װי ער. איר שטײט דאָך בײדע פֿאַר אַ מישפּט, און איר בײדע דאַרפֿט זײַן גלײַך.‟
װען די שלאַנג איז אַרונטער, האָט שלמה המלך געזאָגט צו איר: „איצט זאָג מיר, װאָס האָסטו געװאָלט מיר זאָגן?‟ האָט די שלאַנג ווידער געזאָגט: „איך װיל אים דערהרגענען, אַזױ װי דער אײבערשטער האָט מיר געזאָגט: ‘דו װעסט אים בײַסן אין פּיאַטע.׳‟ און דאַן האָט שלמה המלך געזאָגט צו דעם מאַן: „און דו זאָלסט טאָן דאָס, װאָס דער אײבערשטער האָט דיר געהײסן: ‘צעשמעטער דער שלאַנג דעם קאָפּ.‟ גלײַך נאָך דעם האָט דער מאַן אַרױפֿגעשפּרונגען אױף דער שלאַנג און צעשמעטערט איר דעם קאָפּ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.