Oyneg Shabes

„זעקל, נעם אים!‟

“Pouch, Grab Him!”

  • Print
  • Share Share

די שאַפֿונג פֿון יעדן פֿאָלק איז אַ פֿאַרמאַסקירטע האָפֿענונג אױף אַן אַלגעמײנעם אָדער טײלװײַזן גליק — פֿאַרן גאַנצן פֿאָלק, פֿאַר אַ באַזונדערער קהילה אָדער סתּם פֿאַר אַ יחיד.

צו פֿאַרװירקלעכן אַ טרױם דאַרף מען דאָך האָבן אַן איבערנאַטירלעכן גײַסטלעכן כּוח אָדער אַ כּישוף־מיטל. די אַלטע ייִדישע אַגדות און מעשׂהלעך געהערן איבער הױפּט צו דעם לעגענדעס־זשאַנער, אין װעלכן ס׳איז תּמיד פֿעסט באַשטימט אַ געאָגראַפֿיש אָרט אָדער דער נאָמען פֿון אַן אמתן היסטאָרישן פּערסאָנאַזש. און עס מאַכט ניט אױס, אַז די געשעענישן און די נעמען אין די ייִדישע מעשׂהלעך זײַנען אַ מאָל פֿון פֿאַרשידענע היסטאָרישע תּקופֿות און אױסגעמישט װי אַ פּעשל קאָרטן; װיכטיק איז, אַז די אַטריבוטן אין די ייִדישע מעשׂהלעך געהערן שטענדיק צום נאַציאָנאַלן תּחום פֿונעם ייִדישן שטײגערישן אָדער רעליגיעזן לעבן. אין דעם פֿאַל איז זײער אינטערעסאַנט צו זען װי אַזױ עס פֿלעכטן זיך איבער אין אײן מעשׂהלע דער גאָר אײנפֿאַכער אוניװערסאַלער אַטריבוט פֿון אַ נע־ונד, דהײַנו — אַ זעקעלע, און דער טרױם אױף אַן אײביקן גליק, דהײַנו — משיחס קומען. אָט, הערט שױן אַ שטיקל מעשׂה.

אַמאָל איז געװען אַ גרױסער אָרעמאַן און ער האָט, ניט פֿאַר אונדז געדאַכט, נישט געהאַט אַ טאָג איבערצולעבן, אָבער געזעסן טאָג און נאַכט און עוסק געװען „על התּורה ועל העבֿודה‟, אַזױ װי דער אײבערשטער האָט אונדז געהײסן. ויהי היום, און ס’איז געקומען אַ טאָג, אַ שײנער פֿרײַטיק, און דער אָרעמאַן האָט זיך געכאַפּט, אַז אין שטוב איז נישטאָ מיט װאָס שבת צו מאַכן. האָט דאָס װײַב אים געזאָגט: „גײ אין שטאָט אַרײַן, אפֿשר װעט זיך גאָט מרחם זײַן אױף אונדז און עפּעס צושיקן אױף שבת, די נשמה צו דערהאַלטן‟.

און דער אָרעמאַן איז אַרױס פֿון דער הײם מיט אַ פֿאַרביטערט האַרץ, און טאַקע נישט אַזױ צוליב דער פּרנסה, נאָר װײַל ער האָט געמוזט ביטול תּורה זײַן. אױפֿן װעג האָט ער באַגעגנט משיחן. „װאָס ביסטו עפּעס אַזױ טרױעריק?‟ — פֿרעגט אים משיח. און דער אָרעמאַן גיסט פֿאַר אים, נעבעך, אױס זײַן שװער ביטער האַרץ. „װײן נישט, מײַן זון, — האָט אים געטרײסט משיח, — אָט שענק איך דיר אַ זעקל, און אַלץ, װאָס דו װעסט נאָר װילן, װעט דיר דאָס זעקל גיבן. און אױב עמעצער װעט דיר, חס־וחלילה, בײז טאָן, זאָלסטו זאָגן: ‘זעקל, נעם אים!’ װעט דאָס זעקל אים שױן צונעמען‟.

דער אָרעמאַן האָט גענומען דאָס זעקל און האָט זײַנע יאָרן אָפּגעלעבט אין עושר און אין כּבֿוד; חתונה געמאַכט זײַנע קינדער און קינדס־קינדער, און קײנמאָל פֿון קײן צער און פֿון קײן דחקות נישט געװוּסט.

דער ייִד האָט געגעסן און איז פֿעט געװאָרן און געשלאָגן יענעם, װאָס האָט אים געהאָדעװעט… אַזױ איז דאָס, אַז אַ ייִד װערט רײַך פֿאַרגעסט ער אין אַלץ. אַן אַלטע מעשׂה… אױך אונדזער אָרעמאַן האָט פֿאַרגעסן אין משיחן און אַפֿילו לערנען האָט ער אױך אױפֿגעהערט. פֿאַרן שטאַרבן האָט ער געהײסן זײַנע יורשים מע זאָל אים מיטגעבן זײַן זעקל אין קבֿר אַרײַן, עס זאָל אים ראַטעװען פֿונעם מלאך־הדומה. די קינדער האָבן אים דאָס צוליב געטאָן און װען דער מלאך־הדומה האָט אים געפֿרעגט: „מה שמך?‟ — האָט יענער אים ניט געענטפֿערט, נאָר באַלד אָנגעהױבן שרײַען: „לאָז מיך צו רו! איך האָב זיך שױן גענוג אָנגעליטן אין מײַן לעבן!‟ דער מלאך־הדומה האָט אים אָבער נישט געלאָזט צו רו און אַלץ איבערגעפֿרעגט דאָס זעלבע: „מה שמך?‟

דער ייִד איז בײז געװאָרן און אױסגעשריִען: „זעקל, נעם אים!‟ און באַלד איז דער מלאך־הדומה אַרײַן אין זעקל אַרײַן.

אױבן, אין הימל, פֿאַרן כּיסא־הכּבֿוד, איז געזעסן דער גאַנצער בית־דין־של־מעלה און געװאַרט אױפֿן מלאך־הדומה מיט זײַן טעגלעכן ראַפּאָרט, אָבער יענער קומט עפּעס ניט צו דער באַשטימטער שעה. האָט דער רבונו־של־עולם אַרױסגעשיקט דעם מלאך מיכאל מיטן מלאך גבֿריאל זײ זאָלן געװויר װערן װוּהין איז דער מלאך־הדומה אַהינגעקומען.

קומען זײ צום קבֿר און פֿרעגן דעם ייִדן, דעם געװעזענעם אָרעמאַן, הײסט עס, און דער מלאך מיכאל פֿרעגט אים: „װוּ איז דער מלאך־הדומה?‟ ענטפֿערט ער אים נישט. לאָזט אים דער מלאך מיכאל נישט אָפּ און פֿרעגט אים דאָס זעלבע, נאָך אַ מאָל און װידער אַ מאָל. װערט יענער ייִד בײז און גיט אַ געשרײ: „זעקל, נעם אים!‟ און דער מלאך מיכאל איז, נעבעך, אַרײַן אין זעקל.

װי נאָר האָט דער מלאך גבֿריאל דאָס דערזען איז ער גלײַך אַרױף אין הימל אַרײַן און איבערדערצײלט די גאַנצע מעשׂה פֿאַרן בית־דין־של־מעלה.

צװישן די מיטגלידער פֿונעם בית־דין־של־מעלה איז געזעסן משיח און ער האָט זיך באַלד דערמאָנט, אַז ער האָט אַ מאָל פֿאַרשענקט יענעם ייִד אַזאַ זעקל. און ער האָט אױסגעבעטן אַ דערלױבעניש און איז אַלײן אַראָפּ צום ייִד, כּדי געװויר װערן. דער ייִד האָט אים אָבער שױן נישט דערקענט, און מיט כּעס, װאָס מע דרײט אים בחינם דעם קאָפּ, האָט ער געגעבן אַ געשרײ: „זעקל, נעם אים!‟ און משיח איז אַרײַן אין זעקל.

פֿון דעמאָלט אָן ליגט משיח אין יענעם זעקל און קען נישט קומען.

אָט אַזוי גייט די מעשׂה, מיט אַ פֿײַנעם מוסר־השׂכּל און אַ תּירוץ פֿאַר די קעץ.