Oyneg Shabes

אַ מעשׂה וועגן זיך

A Story About Myself

פֿון מאַני לײב

  • Print
  • Share Share
וויטראַזש פֿון מאַרק שאַגאַל

אין אוקראַיִנע איז דאָ אַ שטאָט ניעזשין װאָס האָט געשמט מיט אירע בלאָטעס, װערבעס, רײַכע טאַבאַק־סוחרים, פֿערדהענדלער און פֿערד-גנבֿים. די שטאָט האָט אױך געשמט מיט הײליקע קבֿרים־שטיבלעך פֿון צדיקים, מיט אירע שוסטער־שיכּורים, מיט איר װײַסן, גרױסן ליצײ, װוּ גאָ­גאָל האָט געלערנט און מער פֿון אַלץ — מיט אירע געזאַלצענע אוגערקעס.

שײן איז געװען די שטאָט ניעזשין!

שײן מיט אירע ערבֿ־פּסחדיקע און נאָך־ימים־נוראָימדיקע בלאָטעס װאָס לאָזן זיך פֿונאַנדער ביז אַריבערן גאַרטל, אָבער נאָך שענער איז די שטאָט געװען װינטערצײַט, װען די שנײען װאַקסן אָן ביז אַריבער די שטרױענע דעכער, הױך ביז צו די קױמענס אַרױף.

האָבן אין דער שטאָט ניעזשין געלעבט אַמאָל אַ ייִד מיט אַ ייִדענע װאָס האָבן געהאַט אַכט קינדער, גע­װױנט האָבן דער ייִד מיט דער ייִדע­נע אין אַ קלײן־קלײן שטיבל מיט אַ שטרױענעם דאַך. דער ייִד מיט דער ייִדענע זײַנען געװען אײדעלע און ערלעכע מענטשן, נאָר גרױסע אָרע­מע־לײַט. יעדן טאָג פֿלעגן זײ אױפֿשטײן באַגינען און אַװעקלױפֿן אין מאַרק אַרײַן האַנדלען און װאַנד­לען. דער ייִד האָט געהאַנדלט מיט פֿעל. גױים ברענגען אױפֿן מאַרק אַלער­לײ פֿעל, קױפֿט זײ דער ייִד אױף און פֿאַרקױפֿט זײ דערנאָך צו דעם רײַכסטן הענדלער פֿון שטאָט. די ייִדענע האָט געהאַנדלט מיט גענדז, הינער און אײער. אַלע אינ­דערפֿרי איז זי אַרױס אין מאַרק מיט אַ גרױסן לײדיקן קױש, און אַז זי איז צוריקגעקומען פֿאַר נאַכט, איז דער קױש געװען אָנגעלאָדן מיט קאַר­טאָפֿל, ברױט און געפֿרױרענע עפּל.

און אַז די קינדער זײַנען אין אָװנט אַהײמגעקומען פֿון חדר, האָבן זײ זיך צוגעכאַפּט צו די קאַרטאָפֿל מיטן ברױט װי צו אַ טײַערן מאכל און פֿאַרביסן מיט אַ געפֿרױרענעם עפּל. אָפּגעגעסן, דאַרף מען דאָך גײן שלאָפֿן, פֿלעגט דער טאַטע די גרעסערע קינדער לײגן אױף דער ערד, און די קלענערע אין דעם ברײטן, רױטן בעט, װאָס איז געשטאַנען אין אַ װינקל. פֿאַר די גרעסערע קינדער האָט דער טאַטע אױסגעשפּרײט אױף דער ערד צװײ קוליעס שטרױ און איבער די קוליעס שטרױ האָט ער פֿאַרשפּרײט אַ גראָבע פּלאַכטע, און צוגעדעקט האָט ער די קינדער מיט זײַן שװערן שאָפֿענעם פּעלץ, װאָס האָט געשמעקט מיט שװײס, טאַבאַק און מיט דרױסן.

ביז די קינדער זײַנען אײַנגע­שלאָפֿן און נאָך דעם װי זײ זײַנען אַנטשלאָפֿן געװאָרן, פֿלעגן טאַטע־מאַמע נאָך לאַנג זיצן בײַם לעמפּל, בײַם אָפּגעקילטן סאַמאָװאַר און רײדן פֿון זײער מזל און װעגן אַ תּכלית פֿאַר די קינדער. אױפֿן טיש איז געװען אָנגעשאָטן אַ הױפֿן פֿאַר­שימלטע קופּערנע מטבעות און מיט אָפּגעהאַקטע װערטער פֿלעגן זײ צײלן די מטבעות, קוקן אײנער אױפֿן צװײטן און שמײכלען צופֿרידענע. נאָר אָפֿט פֿלעגט טרעפֿן אַז זײ האָבן ניט געשמײכלט און אײנער אױפֿן צװײטן ניט געקוקט, נאָר פֿאַר­טרױער­טע האָבן זײ אױסגעלאָשן דאָס לעמפּל און זיך געלײגט שלאָפֿן אין דעם ברײטן רױטן בעט, װוּ די דרײַ קלענערע קינדער זײַנען שױן לאַנג אײַנגעשלאָפֿן.

אַז טאַטע־מאַמע גײען אַװעק פֿון שטיבל אױף גאַנצע טעג, איז װער זשע גיט אַכטונג אױף די קינדער? קײנער גיט ניט אַכטונג אױף די קינדער. האָבן זײ אױף זיך אַלײן אַכטונג געגעבן. די גרעסערע אױף די קלענערע און די קלענערע אױף די נאָך קלענערע און קײן בײז אױג האָט זײ חלילה ניט געשאַט. זײ זײַנען געװאַקסן געראָטענע, האָבן געהאַט גוטע קעפּלעך און זײַנען געװען די בעסטע תּלמידים אין חדר. מען דאַרף אָבער זאָגן דעם אמת, אַז זײ זײַנען אױך געװען די גרעסטע קונדסים און שטיפֿערס אין שטאָט. גײט מען שװי­מען, איז מיט זײ פֿול דער טײַך. גײט מען רײַסן עפּל אין פֿרעמדע סעדער, זײַנען זײ די ערשטע צו קלעטערן איבער די פּלױטן, און זײ פֿאַרפֿירן גע­שלעגן מיט שקצים, גיבן קלעפּ און כאַפּן קלעפּ, און די שטאָט איז פֿול מיט זײ. דאָס איז זומער־לעב.

װינטערצײַט זײַנען זײ די ערשטע גליטשער אױפֿן אײַז, די בעס­טע פֿעטער־שנײער־מאַכער, די גרעס­טע כװאַטן באַרג־אַראָפּ־פֿליִער אױף שליטלעך אָדער אױף שטיקער אײַז אַנשטאָט שליטלעך. די קינדער זײַנען אױך געװען גרױסע בריות צו רײַטן אױף פֿערד. אַזױ פֿאָרן רײַטנדיק אױף פֿערד װי זײ האָט קײן שום ייִנגל אין שטאָט ניט געקענט. דאָס האָבן זײ געהאַט צו פֿאַרדאַנקען זײער זײדן ר׳ אָשר, װאָס איז געװען אַ פֿערד־הענדלער.

צו די אַלע מעלות זײַנען די קינ­דער נאָך געװען גוטע זינגערס, די בעסטע משוררים בײַ די שטאָט־חזנים. זינגען האָבן זײ זיך אױס­געלערנט בײַ זײ אין שטיבל. װײַל פֿון זינט זײ האָבן געדענקט האָט דאָס שטיבל געזונגען. אין אַ שבת אָדער אַ יום־טובֿ, װען זײער מאַמע האָט נאָר געקענט אַן אױסגערופֿטע זיך אַװעקזעצן אױף אַ שעה, האָט זי זיך באַלד פֿונאַנדערגעזונגען. דער טאַטע, װאָס אַלײן האָט ער זיך גע­שעמט צו זינגען, פֿלעגט דאָ לאָזן אָפֿן דאָס ספֿר, װאָס איז געלעגן פֿאַר אים אױפֿן טיש, אָנשפּאַרן דערױף זײַן עלנבױגן, און דעם קאָפּ אױף דער האַנט, און שמײכלען אַ גליקלעכער און צופֿרידענער. און אַז דער טאַטע האָט געשמײכלט האָבן די קינדער זיך דערפֿילט פֿרײַ און גרינג און װאַרעם און זיך באַלד אַװעקגעלאָזט זינגען אין אײנעם מיט דער מאַמען. די גאַנצע גאַס פֿלעגט דעמאָלט קומען צו לױפֿן און זיך שטעלן אונטער זײערע פֿענצטער.

און אַז דער שבת איז אַװעק און ס׳איז געקומען דער שבת־צו־נאַכט, האָבן זיך צו זײ אין שטיבל פֿאַרקליבן טרינקען טײ אַלע גוטע־פֿרײַנד דעם טאַטנס: די שכנים, קצבֿים, בעל־עגלות, פֿערד־הענדלער און בעטלער. פֿלעגט מען זיצן בײַם קאָכעדיקן סאַמאָװאַר, טרינקען טײ און דערצײלן זיך שרעקלעכע מעשׂיות פֿון גזלנים, װעלף, מתים, מכשפֿים, מכשפֿות און יתומות. די קינדער פֿלעגן זיצן מיט אָפֿענע מײַלער, אײַנזאַפּן אין זיך די אַלע שרעקלעכע מעשׂיות, דערבײַ ציטערן און דאָך האָבן אַ װילדע הנאה און ניט װעלן גײן שלאָפֿן ביז שפּעט אין דער נאַכט אַרײַן.

אַזױ האָבן געלעבט דער ייִד מיט דער ייִדענע און אַזױ זײַנען געװאַקסן זײערע קינדער. און אַז זײער בחור, דער עלטסטער ייִנגל זײערער, איז אַלט געװאָרן עלף יאָר, האָבן טאַטע־מאַמע אָנגעהױבן טראַכטן װעגן אַ תּכלית פֿאַר זײַנט װעגן. דער טאַטע האָט געװאָלט ניט אַנדערש, נאָר אַז זײַנע קינדער זאָלן װערן בעל־מלאָכות.

„אין מלאָכה איז די מזל־ברכה‟, פֿלעגט ער זאָגן, און אַזױ װי ער האָט געװאָלט, אַזױ איז געװען. אין מיטן מאַרק האָט געװױנט אַ קאַמאַשן־שטעפּער, װאָס פֿאַר זײַן שטוב איז געהאַנגען אַ גרױסע בלױע שילד מיט אַ געמאַלעכץ פֿון אַ מאַשין, װאָס האָט אױסגעזען װי צװײ פֿלעשער, רעכטס — אַ גראָבע פֿלאַש, און לינקס — גאָר אַ דין פֿלעשל, און אױפֿן דינעם פֿלעשל איז געװען אָנגעטאָן אַ קאַמאַשן אָן זױלן און אָן אָפּצאַסן. דעם ייִנגל איז די שילד שטאַרק גע­פֿעלן געװען. איז אײן מאָל אין אַ בײַ­טאָג האָט דער טאַטע גענומען זײַן עלטסטן עלף־יאָריקן ייִנגל פֿאַר אַ הענטל, אים אַװעקגעפֿירט צו דעם קאַ­מאַשן־שטעפּער און אים דאָרטן איבער­געלאָזט אױף צװײ מיט אַ האַלבן יאָר, ער זאָל זיך דאָרטן אױסלערנען שטעפּן אױף יענער מאַשין מיט די צװײ פֿלעשער און װערן אַ לײַט.

דאָס ערשטע װאָס דאָס ייִנגל האָט אָנגעהױבן לערנען בײַם שטעפּער איז געװען װי אַזױ צו שלעפּן פֿאַר דער בעל־הביתטע די שװערע קױשן פֿון מאַרק, װיגן אירע קינדער, טראָגן װאַסער פֿון ברונעם, קערן דאָס הױז און לױפֿן אין מיטן נאַכט זוכן דעם בעל־הבית, װאָס האָט זיך ערגעץ בײַ אַ פֿרײַנד פֿאַרשפּילט אין קאָרטן. דער בעל־הבית האָט אָבער אױך ליב געהאַט צו לײענען ביכלעך. בײַ זיך אין הױז האָט ער טאַקע געהאַט שטײן גאַנצע שאַפֿעס מיט ביכער. און אַזױ האָט זיך דאָס ייִנגל אין די צװײ און אַ האַלב יאָר אױסגעלערנט פֿון זײַן בעל־הבית דרײַ זאַכן: שטעפּן קאַמאַשן, לײענען ביכלעך און די מיאוסע טבֿע — שפּילן קאָרטן.

דעם אמת געזאָגט, האָט זיך דאָס ייִנגל דאָרטן אױסגעלערנט נאָך צװײ זאַכן: — גנבֿענען ברױט בײַ דער בעל־הביתטע װאָס איז געװען אַ קאַרגע, און פֿון בעל־הבית — רײדן אין גראַמען. װײַל װאָס דער בעל־הבית פֿלעגט ניט רײדן פֿלעגט ער עס תּמיד מוזן זאָגן אין גראַמען. צוריק גערעדט זײַנען אײנגטלעך גראַמען פֿאַר דעם ייִנגל קײן נײַס ניט געװען. פֿון גראַמען האָט ער געװוּסט נאָך פֿון דער הײם. װאָרעם זײַן מאַמע האָט אױך אַמאָל געהאַט צו רײדן אַזעלכע װערטלעך אין גראַמען. אירע גראַמען זײַנען געװען אײדעלער װי די פֿון זײַן בעל־הבית. פֿון דער מאַמעס װערטלעך אין גראַמען פֿלעגט מען לאַכן און אַלע האָבן זי טאַקע ליב געהאַט דערפֿאַר. דעם בעל־הבית׳ גראַמען אָבער פֿלעגן אָפֿט באַלײדיקן, אױסמאַטערן און דערעסן. דאָס ייִנגל האָט זיך אָבער פֿון זײַן בעל־הבית אָפּגעלערנט שטענדיק צו רײדן אין גראַמען. מיט די עלטערע בעל־מלאָ­כות, מיט דער בעל־הביתטע, מיט די קונדן־שוסטער, װאָס פֿלעגן ברענ­גען שטעפּן קאַמאַשן, מיט זײַנע ברידערלעך, מיט אַלעמען, נאָר ניט מיט זײַן טאַטן. מיט דער מאַמען פֿלעגט טרעפֿן, אַז זײ פֿלעגן אין אַ פֿרײַער שעה זיך אָנהײבן איבערװאַרפֿן מיט װערטלעך אין גראַמען, אַזױ אַז דאָס גאַנצע שטיבל פֿלעגט קײַכן פֿון געלעכטער. אָבער אַנטקעגן דער מאַמען פֿלעגט דאָס ייִנגל בלײַבן הינטערשטעליק. װײַל דער מאַמעס װערטלעך פֿלעגן זיך גאָר קײן מאָל נישט אױסשעפּן. דערפֿאַר אָבער האָט זיך שױן דאָס ייִנגל אױסגעלערנט צו פֿאַרשרײַבן אין העפֿטן אַלע זײַנע אײגענע גראַמען אױסגעלײגט אין לידער, און האָט עס געהיט װי זײַן אױג אין קאָפּ.

אַזױ האָט געלעבט דאָס ייִנגל ביז עס איז אַלט געװאָרן פֿופֿצן יאָר. צו פֿופֿצן יאָר האָט דאָס ייִנגל שױן געהאַט דורכגעלײענט אַ סך ביכלעך, ייִדישע און רוסישע. אַ בעל־מלאָכה איז ער געװען אַ גוטער, האָט געשמט אין שטאָט פֿאַר אַן אײדעלן בחור, פֿאַר אַ בריה און האָט זיך שױן געחבֿרט מיט די געלערנטע יונגע־לײַט פֿון שטאָט.

האָט געטראָפֿן אַז זײַן בעל־הבית מיט דער בעל־הביתטע זײַנען אײן מאָל אין אַ נאַכט אַנטלאָפֿן קײן אַמעריקע מיט געלט װאָס זײ האָבן פֿאַרכאַפּט אין שטאָט. און די גאַנצע שטעפּערײַ מיט די מאַשינען און די בלױע שילד זײַנען געבליבן אױף הפֿקר. האָט דאָס אַלץ אונדזער ייִנגלס טאַטע איבערגענומען און געװאָלט, אַז זײַן זון, זײַן געראָטן בחורל זאָל װערן אַ פּאָלנער בעל־הבית. דאָס בחורל האָט ניט געװאָלט, נאָר דער טאַטע האָט אים געגעבן פּעטש, איז ער געװאָרן אַ בעל־הבית מיט מאַשינען און מיט בעל־מלאָכות. און ער האָט אַזױ לאַנג געבעל־הבתּעװעט, ביז אין שטאָט איז פֿון ערגעץ װײַט אָנגעקומען אַ יונגער־מאַן, אױך אַ קאַמאַשן־שטעפּער. די צװײ יונגע־לײַט זײַנען געװאָרן חבֿרים, האָבן שפּאַצירט אין אײנעם און אין אײנעם געלײענט ביכלעך, און פֿון די ביכלעך און די שמועסן מיט דעם חבֿר האָט זיך אונדזער בחורל דערװוּסט, אַז ערגעץ אין די װײַטע שטעט מאַכן בעל־מלאָכות סטאַטשקעס, שטרײַקן, און אַז מען װיל ניט קײן קײסער.

דעם בחורל איז דאָס געפֿעלן געװאָרן און אין אַ קורצער צײַט אַרום האָט ער צונױפֿגעקליבן אַלע בעל־מלאָכות פֿון שטאָט און האָט מיט זײ געמאַכט אַ שטרײַק און איז גע­װאָרן אַ גאַנצער פֿירער. ער האָט אַװעקגעװאָרפֿן זײַן שטעפּערײַ מיט די מאַשינען, און אים האָבן שױן נישט געאַרט די טרערן פֿון טאַטע־מאַמע און אױך ניט זײערע סטראַ­שונקעס — ער איז געװאָרן אַ גאַנצער מאַ­כער. אַ בעל־הבית צו זײַן איז געװען בײַ אים זײער אַ מיאוסע זאַך. װײַל ער האָט שױן דעמאָלט געװוּסט, אַז אַלע בעלי־בתּים לעבן פֿון פֿרעמדן שװײס. בקיצור, דאָס בחורל האָט אױפֿגעהערט צו אַרבעטן און אָנ­געהױבן אַרומלױפֿן גאַנצע טעג און נעכט מיט בחורים, מײדלעך און סטו­דענטן, פֿון װעמען ער האָט זיך אױך דערװוּסט, אַז זײַנע גראַמען, אױס­געלײגט אין לידער רופֿט מען פּאָעזיע און אַז ער איז אַ פּאָעט. אַזױ האָט ער געקראָגן דעם צונאָמען „פּאָעט‟, האָט ער כּסדר געמאַכט שטרײַקן, געבונטעװעט קעגן דעם קײסער, ביז ער איז אַרײַנגעפֿאַלן אין תּפֿיסה.

אין תּפֿיסה איז אים געװען גוט װי די װעלט. ערשטנס איז געװען אַ כּבֿוד צו זיצן אין תּפֿיסה פֿאַר אַזא זאַך װי מאַכן שטרײַקן און בונטעװען אַנטקעגן דעם קײסער, און צװײטנס האָט ער אין תּפֿיסה געשריבן אַ סך גראַמען, אױסגעלײגט אין לידער, און אַלע חבֿרים װאָס זײַנען געזעסן מיט אים צוזאַמען, האָבן די לידער געזונגען און שפּעטער זײ אַרױסגעטראָגן אױף דער פֿרײַ, װוּ מען האָט זײ געזונגען איבער דער גאַנצער שטאָט און אַפֿילו אין אַנדערע שטעט.

אין תּפֿיסה איז אונדזער בחורל געזעסן פֿון די ערבֿ־פּסחדיקע בלאָטעס ביז נאָך די ימים־נוראָימדיקע. אין גיכן אָבער װאָלט ער אַ צװײטן מאָל געדאַרפֿט געװען גײן אין תּפֿיסה אַרײַן, און דאָ האָט זיך אונדזער בחור, דער גאַנצער קנאַקער, אַרױסגעדרײט און אַנטלאָפֿן. אַנטלאָפֿן פֿון זײַן שטאָט און פֿון זײַן לאַנד און איז בשלום אָנגעקומען קײן אַמעריקע. דאָ אין אַמעריקע האָט ער זיך אַװעקגעזעצט בײַ פּונקט אַזאַ מאַשין מיט צװײ פֿלעשער און װידער אָנגעהױבן צו שטעפּן קאַמאַשן. האָט דאָ פֿאַרדינט געלט, אָראָפּגעבראַכט אַהער קײן אַמעריקע זײַן טאַטע־מאַמע, חתונה געהאַט, געבראַכט קינדער אױף דער װעלט, און װען ער האָט נאָר געהאַט אַ ביסל פֿרײַע צײַט האָט ער געשריבן גראַמען, אױסגעלײגט אין לידער.

און דאָס בחורל מיט װעמען דאָס אַלץ האָט געטראָפֿן, דאָס בין איך — מאַני לײב.