מיר באַגריסן דעם געווינער פֿונעם פֿאַראַכטאָגיקן פֿאַרמעסט, הרבֿ שאול ראַפּעפּאָרט פֿון לידאָ ביטש, ניו־יאָרק, וואָס האָט דער ערשטער געטראָפֿן, אַז דאָס ליד הייסט „קום אַהער דו פֿילאָזאָף‟, פֿונעם משׂכּיל וועלוול זבאַרזשער, וואָס עס זינגט טעאָדאָר ביקעל. דער „פֿאָרווערטס‟ האָט דעם חשובֿן רבֿ שוין געשיקט זײַן פּרעמיע — דעם קאָמפּאַקט־דיסק „איציק מאַנגער — ליד און באַלאַדע‟, רעציטירט פֿון שורע גרינהויז־טורקאָוו.
מיר באַגריסן אויך די אַנדערע באַטייליקטע, וואָס האָבן אַרײַנגעשיקט ענטפֿערס — אַ סך פֿון זיי ריכטיקע. דאָס קומענדיקע מאָל דאַרפֿן זיי ענטפֿערן גיכער! דאָ קענט איר הערן דאָס גאַנצע ליד „קום אַהער דו פֿילאָזאָף‟:
איצט ברענגען מיר אײַך אַ ווײַטערן אויסצוג פֿון אַן אַנדער ייִדיש ליד — הערט זיך צו און שיקט אַרײַן דעם נאָמען פֿונעם ליד, פֿונעם מחבר, און פֿונעם זינגער, וועט דער ערשטער נאָך אַ מאָל באַקומען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟, אַ קאָמפּאַקט־דיסק.
שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com
גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.