Oyneg Shabes

אַ קיצל צום לאַכן

Tickly My Toes

  • Print
  • Share Share

וחלקלקות און זמזומים

(איסט־סײַדער טיפּן)

וחלקלקות און זמזומים,
צוויי פֿאַרברענטע „איסט־סײַדיסטן‟,
האָבן תּמיד זיך געאַמפּערט
און געפֿירט אַ קאַמף אַ וויסטן.

קוים נאָר האָט מען זיך באַגעגנט,
הייבן אָן שוין די דעבאַטן,
און עס פֿליִען אין דער לופֿטן
הונדערט־פּודיקע ציטאַטן.

פֿײַערדיקע אַרגומענטן
שיסן פֿון די מויל־קאַנאָנען,
יעדער שאָס באַשטייט ניט מינדער
ווי פֿון זיבן לעקסיקאָנען.

און פֿון שעקספּיר און קאָנפֿוציוס,
און פֿון האָמערס איליאַדע,
און פֿון גאָרקי, און פֿון רמב”ם,
און פֿון קאַרל מאַרקס — אַוודאי.

אַז מען שוינט זיך ניט, חלילה,
קענט איר דאָך פֿאַרשטיין ממילא.
אָט כּדומה איז אַ בײַשפּיל,
וואָס מען רופֿט זיך: לומפּ, נבֿלה,

דראָנג, דובינע, איגנאָראַמוס,
שאַרלאַטאַן, אומזיסטער עסער,
גנבֿ, שורקע און פֿאַררעטער,
אָדער פּשוט — מענטשן־פֿרעסער.

אָבער העפֿלעך זײַנען ביידע,
ווי פֿאַר דזשענטל־לײַט געהעריק;
וחלקלקות זאָגט: איך בעט דיך,
פֿרײַנד זמזומים, ווער אַזש נהרג.

און זמזומים ענטפֿערט פֿרײַנדלעך:
ס׳איז דער וווּנטש פֿון מײַן נשמה,
אַז מײַן זיסער וחלקלקות,
דו, זאָלסט גיין אין דער אַדמה. —

ווײַטער גייט עס ניט, חלילה,
כאָטש מען רײַסט זיך ווי די הענער,
דען זמזומים — וחלקלקות
זײַנען ביידע ערנמענער.


דער מוק

אַ מוק, צי ריכטיקער, אַ מוקל,
וואָס מיט איר שוואַרצן סנוקל
האָט קיינעם ניט געלאָזט צו רו
און דאָרט נאָר וווּ
זי האָט געקענט
געטאָן אַ ביס,
אַ מאָל די הענט,
אַ מאָל די פֿיס,
אַבי צו מוטשען
און דאָקוטשען —
האָט איין מאָל בײַסנדיק אַ נאָז
וואָס איז געוועזן פֿעט און פֿליישיק,
גענומען רעדן מיט גרויס חשק
(איך גיב עס איבער אות באות): —
„פֿון טיטוס’ צײַטן אָן
איז אונדזער פּראָפֿעסיאָן
פֿון אַלע אַנדערע די קרוין!
דער הויפּט, דער לוין,
וואָס מיר מוקן קריגן
פֿאַר אונדזער בײַסן
איז מער ווי ס׳קריגן אַלע פֿליגן
וואָס שמאָקצען כּלומרשט אויף צופֿלײַסן.
אַ חוץ דעם, איז דאָס פֿאַרגעניגן
צו זען, ווי יענער רײַבט
די נאָז און טרײַבט
און קען אונדז ניט פֿאַריאָגן —
אַ תּענוג פּראָסט פֿאַר אונדזער מאָגן‟.

„דאָך וויסן זײַט, רבותי‟,
(דאָס האָט ער זיך געווענדט
צום גאַנצן מוקן־פּאַרלאַמענט)
„די עכטע, גרויסע
גענוגטוּונג וואָס איך
טראָג אין זיך
איז — וואָס איך טראַכט,
אַז מיך האָט גאָט געמאַכט
פֿאַר זײַן ספּעציעלן פּאָליציאַנט;
׳גיי — האָט ער געזאָגט צו מיר —
און רײַס און פֿליק, און שטעך און זויג,
און זײַ אַ פּרישטש, אַ קראַץ, אַ הינעראויג,
אַ וווּנד, אַ בײַל, אַ מכּה, אַ געשוויר,
דײַן ליפּ אַ שפּילקע און דײַן צונג אַ נאָדל.
און צווישן שטעכערס זאָלסטו זײַן דער גדול,
און צווישן בײַסערס אַ גיגאַנט
מיט דײַן טאַלאַנט’‟.


דאָך אונטערדעסן

האָט מיסטער מוק פֿאַרגעסן,
אַז ערגעץ זײַנען דאָ צען פֿינגער,
פֿון וועלכע איינער איז גענוג
צו ממיתן אַ מוק
און הרגענען דעם נאָז־באַצווינגער.
און פּלוצלינג טאַקע איז אַרונטער
אַ פּאַטש אַ שטאַרקער, אַ געזונטער —
און איר פֿאַרשטייט דאָך שוין געוויס…
מיר פּשוט איז
אײַך צו דערציילן באַנג —
געבליבן איז בלויז אַ געשטאַנק.