Oyneg Shabes

אַ קיצל צום לאַכן

Tickle My Toes

  • Print
  • Share Share

זאָאָלאָגיע

לערער: זאָגט מיר, קינדער, וואָס האָבן זעבראַס אַזוינס, וואָס אַנדערע חיות האָבן ניט?

פֿײַוול (הייבט אויף די האַנט): זעברעלעך.


אַמעריקאַנער ייִדיש

באָבע: זאָג מיר, מײַן קינד, ווי רופֿט מען אַ „טשער‟ אויף ענגליש?

אייניקל: אַ „טשער‟ רופֿט מען אין ענגליש פּונקט ווי אין ייִדיש. אַ „טשער‟ איז אַ „טשער‟.


אַריטמעטיק

לערער: וויפֿל מאַכן אַ טוץ?

שילער: צוועלף.

לערער: און וויפֿל מאַכן אַ מיליאָן?

שילער: זייער ווייניק.


אַ יונגער פּאָעט

רעדאַקטאָר: איר האָט אַליין אָנגשריבן אָט די פֿערזן?

יונגערמאַן: יאָ געוויס, יעדע שורה.

רעדאַקטאָר: אויב אַזוי, פֿרייט מיך אײַך צו קענען, מר. יהואש, אַבי מען האָט אויף אײַך אויסגעטראַכט, אַז איר זײַט געשטאָרבן.


מע דאַרף קענען

פּראָפֿעסאָר (בייז): יונגערמאַן, ביסטו דאָ דער לערער פֿון קלאַס, אָדער איך?

סטודענט: איר זײַט דער לערער.

פּראָפֿעסאָר: טאָ פּלאַפּל ניט ווי אַן אידיאָט!