Oyneg Shabes

צי זענען בלינדע מער מאָראַליש ווי זעעוודיקע?

Are the Blind More Moral than Those Who Can See?

  • Print
  • Share Share

איך מײן, אַז פֿאַר די סאָציאָלאָגן און סתּם גוטע מענטשן װעט זײַן אינטערעסאַנט צו זען דעם גראַנדיעזן מהלך, װעלכן ס׳האָט אַדורכגעמאַכט די מענטשהײט זינט די לעצטע פּאָר טױזנט יאָר; און אײנע פֿון די שײנע אילוסטראַציעס פֿון דעם איז אַן אַלט מעשׂהלע, אין װעלכן עס שטױסן זיך צונױף צװײ צוגאַנגען פֿון די לעבנס־פֿילאָסאָפֿיעס — די געצן־דינערישע פֿילאָסאָפֿיע פֿון דער רױמישער אימפּעריע און דער מאָנאָטעיִסטישער באַנעם פֿון דער װעלט לױט דער בעל־פּה־תּורה.

אַ רױמישער קיסר האָט געפֿרעגט בײַם באַװוּסטן תּנא, רבי יהושע בן־קרחה: „וווּ איז די גערעכטיקייט פֿון אײַער גאָט? צו וואָס לאָזט ער, אַז עס זאָלן געבוירן ווערן מענטשן וואָס זײַנען טויב, שטום, בלינד אָדער קרום? פֿאַר וואָס קומט זײ, געבוירן צו ווערן געשטראָפֿטע?‟

האָט רבי יהושע געענטפֿערט: „דאָס איז ווײַל דער אייבערשטער ווייסט פֿון פֿריִער, וואָס ס׳װעט פֿון דעם אָדער יענעם מענטש װערן, נאָך איידער דער מענטש ווערט געבוירן. דער אײבערשטער, ברוך־הוא, ווייסט, צי ער וועט זײַן אַ גוטער אָדער אַ שלעכטער. דעריבער האָט גאָט זיי געמאַכט מיט מומים, כּדי זיי צו פֿאַרהיטן פֿון זינד‟.

דעם רױמישן קיסר איז די דערקלערונג ניט געפֿעלן געוואָרן, און ער האָט אָנגעהויבן פֿרעגן נאָך קשיות.

„אויב דו ווילסט, כ׳זאָל דיר דאָס געבן בעסער צו פֿאַרשטײן‟, — האָט ר’ יהושע געזאָגט, — טאָ גיב מיר טויזנט רענדלעך און צוויי פֿון דײַנע מענטשן, אויף וועלכע מע קען זיך פֿאַרלאָזן, װי מע פֿאַרלאָזט זיך אױף אַן עדות־האמת‟.

האָט דער קיסר געטאָן לױט ר’ יהושעס ביטע, און ר’ יהושע איז מיט די צווײ מענטשן אַוועק צו אַ מענטשן, וועלכער איז געווען בלינד פֿון זײַן געבורט אָן; און ר’ יהושע האָט צו אים געזאָגט: „דער קיסר האָט אַרויסגעגעבן אַ באַפֿעל מיך צו טייטן. אָבער איך האָב בײַ זיך טויזנט רענדלעך און איך ווייס ניט וואָס צו טאָן מיט זיי. וויל איך דיר זיי געבן, אַז דו זאָלסט זײ באַהאַלטן. וועט מיך דער קיסר הרגענען, וועט דאָס געלט בלײַבן בײַ דיר; און אויב דער קיסר וועט מיך לאָזן לעבן, דאַן וועסטו מיר אומקערן די טויזנט רענדלעך.‟

דער בלינדער, וועלכער האָט די עדות ניט געזען, האָט געענטפֿערט: „איך בין מסכּים מיט דײַן פֿאָרשלאָג. אויב דער קיסר וועט דיך לאָזן לעבן, וועל איך דיר צוריקקערן די טויזנט רענדלעך‟.

ר’ יהושע בן־קרחה האָט אָפּגעוואַרט דדײַ הדשים, און נאָך דעם איז ער געקומען, צוזאַמען מיט די עדות, צו דעם בלינדן, און געזאָגט: „דער קיסר האָט מיך באַגנאָדיקט און געלאָזט לעבן, בין איך צו דיר געקומען נאָך מײַנע טויזנט רענדלעך, וואָס איך האָב דיר געגעבן צו באַהאַלטן.‟

„וואָס פֿאַר אַ טויזנט רענדלעך? — האָט דער בלינדער געפֿרעגט, — איך װייסט ניט פֿון קײן שום רענדלעך. דו האָסט מיר קײן מאָל קיין שום געלט ניט געגעבן צו באַהאַלטן‟.

אַז ר’ יהושע האָט דערהערט אַזעלכע רײד, האָט ער גלײַך געבראַכט דעם בלינדן פֿאַרן קיסר, און האָט געהייסן די עדות צו דערצײלן דעם קיסר אַלץ, װאָס זײ װײסן. און יענע האָבן דערצײלט דעם קיסר די גאַנצע מעשׂה, אָבער דער בלינדער האָט אָפּגעלייקנט די רייד פֿון די עדות און דערצו נאָך געשריִען, אַז די גאַנצע געשיכטע איז „ניט געשטויגן, ניט געפֿלויגן‟.

„דו וועסט דאָך סײַ ווי קיין הנאה ניט האָבן פֿון דעם געלט, — האָט רבי יהושע געזאָגט צו דעם בלינדן, — איך האָב געזען ווי דײַן פֿרױ פֿאַרברענגט מיט אַ פֿרעמדן מאַן, און איך האָב געהערט ווי זי האָט אים געזאָגט: ׳דער קיסר וועט באַלד טייטן מײַן מאַן פֿאַר דעם, וואָס ער האָט פֿאַרכאַפּט טויזנט רענדלעך, און נאָך מײַן מאַנס טויט וועלן מיר קענען לעבן אויף דעם געלט צוזאַמען”‟.

ווען דער בלינדער האָט דאָס דערהערט, האָט ער גלײַך געבראַכט די טױזנט רענדלעך און זיי אַוועקגעלײגט פֿאַרן קיסר.

„איצט זעסטו שױן, אַז אונדזער גאָט איז אַ גאָט פֿון גערעכטיקײט, — האָט רבי יהושע געזאָגט צום קיסר. — ווען אָט דער־אָ מענטש וואָלט געהאַט אויגן און געקענט זען, וואָלט ער געהאַט נאָך אַ סך גרעסערן פֿאַרלאַנג צו געלט, אָבער דער אייבערשטער האָט געמאַכט אַזױ, אַז ער זאָל געבוירן ווערן אַ בלינדער, כּדי אים אָפּצוהיטן פֿון די איבעריקע זינד‟.

דער קיסר האָט געענטפֿערט, אַז רבי יהושע האָט רעכט, און האָט אים אָפּגעגעבן גרויס כּבֿוד, און אים באַצירט מיט טײַערע בריליאַנטן…