Oyneg Shabes

אַ קיצל צום לאַכן

Tickle My Toes

  • Print
  • Share Share

צי וויל זי חתונה האָבן?

מיסטער זונדל אַלטמאַן, אַן עלטערער בחור, האָט אַ לאַנגע צײַט געהאַט אַן אויג אויף מיס פּערל קאַלטמאַן, אַ פֿאַרגעסענע עלטערע מויד. אָבער זײַענדיק אַ ביסל שעמעוודיק און ניט געגלייבט, אַז זי וועט אים וועלן, האָט ער קיין מאָל זיך ניט אײַנגעשטעלט אין דער זאַך.

איין מאָל, אָבער, האָט ער באַשלאָסן צו מאַכן זיך מוט און מיט איר אַ רייד טאָן וועגן דעם. האָט ער זי אָנגערופֿן טעלעפֿאָניש:

— העלאָ, איז דאָס מיס פּערל קאַלטמאַן?

— יאָ, דאָס איז פּערל קאַלטמאַן.

— מיס קאַלטמאַן, איך האָב באַשלאָסן אײַך צו פֿרעגן אָפֿנהאַרציק אויב איר ווילט מיט מיר חתונה האָבן.

און זי האָט געענטפֿערט:

— יאָ, מיט פֿאַרגעניגן! ווער רעדט דאָס?


טרינקגעלט

יונגערמאַן: סעמעלע, נאַ, אָט האָסטו אַ „ניקל‟ פֿאַרן ניט אויסזאָגן דײַן טאַטן, אַז איך האָב געקושט דײַן מאַמען.

סעמעלע (פֿאַראיבלדיק): אַנדערע גיבן מיר פֿאַר דעם אַ „דײַם‟.


וווּ קומט עס אַהין?

רייזעלע: מאַמע, וווּ קומט אַהין דאָס פֿײַער ווען עס גייט אויס?

מאַמע: איך ווייס ניט, מײַן קינד, פּונקט ווי איך ווייס ניט, וווּ דײַן פּאַפּאַ קומט אַהין ווען ער „גייט אויס‟.


מלאכים

דבֿורהלע: מאַמע, וואָס איז אַ מלאך?

מאַמע: אַ מלאך איז אַ מיידעלע וואָס קען פֿליִען.

דבֿורהלע: אַז פּאַפּאַ זאָגט בעסי (די דינסט) איז אַ מלאך, קען זי דען אויך פֿליִען?

מאַמע: געוויס, מאָרגן וועט זי פֿליִען פֿון דאַנען.


שׂכירות

ער: מיינט איר, אַז איר וועט קענען לעבן אויף מײַנע שׂכירות?

זי: יאָ, אָבער פֿון וואָס וועט איר דען אַליין לעבן?


אַנטלאָפֿן מיטן ווײַב

מיסטער גרין: איר קוקט הײַנט אויס עפּעס אַזוי פֿאַרטרויערט, וואָס איז דער מער?

מיסטער געל: מײַן בעסטער פֿרײַנד איז אייערנעכטן אַנטלאָפֿן מיט מײַן ווײַב.

מיסטער גרין: נו, איר מוזט זיך טרייסטן.

מיסטער געל: יאָ, אָבער ער איז מיר אַזוי אײַנגעבאַקן אין האַרצן, אַז איך וועל זיכער בענקען נאָך אים.