שלמה שװײַצער, זכרונו לבֿרכה, איז, לױט מײַן מײנונג, געװען דער בעסטער ייִדישער רעדאַקטאָר פֿון אַלע, װאָס איך האָב געקענט.
ער האָט געהערט צו יענעם דור גלענצנדיקע ישיבֿה־בחורים, װעלכע זײַנען געװאָרן אַ טייל פֿונעם קעמפֿערישן אינטעלעקטועלן אַװאַנגאַרד פֿון די אומצאָליקע ייִדישע סאָציאַליסטישע באַװעגונגען און פּאַרטײען. ער האָט געהאַט אַן אײַזערנעם זכּרון און, דאַכט זיך, ס׳איז נישט געװען קײן ייִדישער שרײַבער, װעלכן ר’ שלמה זאָל ניט האָבן געקענט און ניט געלײענט זײַנע ווערק.
מיר האָט צוגעפֿידלט צו װערן זײַן תּלמיד און חבֿר, און ער איז געװען דער רעדאַקטאָר פֿון אַ פּאָר מײַנע ביכער. נאָך דעם, װי ר’ שלמה האָט אױסרעדאַגירט מײַן נאָװעלע „בירגער פּיפּיק‟“, װוּ אַלע העלדן זײַנען גנבֿים, בלאַטע חבֿרהניקעס, זונות, שמוגלערס און סתּם פֿרײלעכע אונטערװעלטניקעס, האָט ער מיך אַ פֿרעג געטאָן: „מיכאל, װוּ נעמסטו זײ, די אַלע ׳פֿרײלעכע פּאַסקודסטװעס׳? הע, האָב איך אים געענטפֿערט, װען איך װאָלט עס געװוּסט, װאָלט איך דאָרטן געזעסן און געשעפּט פֿון זײ מיט אַ לאָפּעטע.
אונדזער מאָדנע פֿרײַנדשאַפֿט איז דערגאַנגען אַזױ װײַט, אַז איך בין זוכה געװען אױסלײענען און צוגרײטן צום דרוק צװײ ביכער פֿון שלמה שװײַצער — צװײ בענד פֿון זײַנע משלים־איבערזעצונגען אױף ייִדיש. געטאָן האָב איך עס מיט פֿאַרגעניגן און מיט אַן אײן־און־אײנציקן תּנאי, אַז מײַן נאָמען זאָל ניט דערמאָנט װערן אױפֿן טעכנישן זײַטל פֿונעם בוך, װײַל אין מײַנע אױגן האָט עס אױסגעזען גאָר לעכערלעך — דער גרױסער שלמה שװײַצער און…
איך מײן, אַז דאָס איז גאָר ניט צופֿעליק, אַז אַזאַ „לעבעדיקע ענציקלאָפּעדיע‟ װי שלמה שװײַצער, האָט אױסגעקליבן פֿאַר זײַנע װעגן, נאָר צוליב הנאה האָבן, דװקא דעם משלים־זשאַנער, װײַל אַ ייִדיש קינד פֿלעגט זיך באַקענען מיט די משלים, מדרשים און אַגדות נאָך אײדער ער האָט אָנגעהויבן צו שטײן אױף די פֿיס. אַ משלים־זשאַנער איז זײער רײַך אױף פּאָעטישע מעטאַפֿאָרן, און ס’איז טאַקע ניט קײן חידוש, אַז שלמה שװײַצערס רײנע נשמה האָט מורא געהאַט זיך צורירן צו די העלדן פֿון דער ייִדישער אונטערװעלט.
דעם אמת געזאָגט, האָב איך קײן מאָל ניט געהאַט קײן אילוזיעס, אַז מיר, ייִדן, זײַנען פֿרײַ פֿון די אונטערװעלטניקעס, אָבער נאָר מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָב איך זיך אָנגעשטױסן אױף אַ זעלטענעם זאַמלבוך „בײַ אונדז, ייִדן‟, װעלכער איז אַרױס אין װאַרשע פּונקט מיט נײַנציק יאָר צוריק, און דאָס איז אַ זאַמלונג פֿון פֿאָלקלאָריסטישע מאַטעריאַלן (שמואל לעהמאַן רופֿט זײ אָן, קאָלעקציעס), װעלכע האָבן געזאַמלט די ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן בעת זײערע „עקספּעדיציעס‟ — בײַ די גנבֿים, זונות, כּלי־זמרים, בעל־עגלות, סאָלדאַטן און… קינדער. אַ טײל פֿון די לידער, קורצע דערצײלונגען, מעשׂיות און אַנעקדאָטן זײַנען ממש שעדעװערס פֿון דער ייִדישער מינדלעכער שאַפֿונג, און װען ייִדיש װאָלט געהאַט אַ ביסל מער מזל, װאָלט די הײַנטצײַטיקע ייִדישע ליטעראַטור ניט געװען אַזױ אונטערדריקט. אָבער װער קומט עס מיט אַ יאָמער צום עונג־שבת? פֿע, ס’איז טאַקע ניט שײן. שײן און קלוג און פֿרײלעך זײַנען אונדזערע אַנעקדאָטן און מעשׂיות. צו לאַכן פֿון זיך אַלײן װעט אונדז אַװדאי ניט שאַטן.
איין משל, וואָס שווייצער האָט שטאַרק ליב געהאַט גייט אַזוי:
בעתן באַשאַפֿן די װעלט, האָט גאָט קודם־כּל באַשאַפֿן די חיות און דערנאָך דעם מענטש. אַז גאָט האָט באַשאַפֿן אַ הונט, האָט יענער געפֿרעגט בײַם בורא־עולם: „װאָס װעל איך טאָן אױף דער װעלט?‟ — האָט אים דער אײבערשטער געענטפֿערט: „װעסט האָבן אַ האַר, װאָס װעט דיך שלאָגן, װען דו װעסט נישט פֿאָלגן, און דערפֿאַר װעסטו אָפּלעקן די בײנער אונטערן טיש און װעסט בילן.‟ — „און װיפֿל װעל איך אַזױ לעבן?‟ — פֿרעגט דער הונט. „זיבעציק יאָר‟, — ענטפֿערט אים דער באַשעפֿער. „אַזאַ הינטיש לעבן!!! פֿאַר מיר איז גענוג פֿופֿצן יאָר‟, — האָט דער הונט זיך אָפּגעבעטן. „גוט‟, — איז גאָט מסכּים געװען און באַשאַפֿן אַ פֿערד.
„װאָס װעל איך טאָן אױף דער װעלט?‟ — האָט דאָס פֿערד געפֿרעגט. „װעסט שלעפּן אַ װאָגן און דערצו קריגן קלעפּ מיט אַ בײַטש‟, — ענטפֿערט גאָט. „און װיפֿל װעל איך לעבן?‟ — האָט דאָס פֿערד װידער געפֿרעגט. „זיבעציק יאָר‟, — איז געװען דער ענטפֿער. „אַזאַ פֿערדיש לעבן!!! פֿאַר מיר איז גענוג צװאַנציק יאָר‟, — האָט דאָס פֿערד זיך אָפּגעבעטן. „גוט‟, — האָט גאָט געענטפֿערט און באַשאַפֿן אַ חזן.
„װאָס װעל איך טאָן אױף דער װעלט?‟ — האָט יענער געפֿרעגט. „װעסט גײן אױף אַלע חתונות און בריתן. אין שיל װעלן אַלע מוזן װאַרטן אױף דיר מיטן דאַװנען. דיר װעט זײַן גוט און װױל דײַן גאַנץ לעבן‟, — האָט אים גאָט געענטפֿערט. „און װיפֿל װעל איך אַזױ לעבן?‟ — האָט דער חזן ממשיך געװען צו פֿרעגן. „זיבעציק יאָר‟, — ענטפֿערט אים גאָט. „עס איז װײניק, רבונו־של־עולם, — האָט דער חזן זיך געבעטן, — שענק מיר נאָך עטלעכע יאָר‟.
דער באַרעמהאַרציקער האָט געװאָלט העלפֿן דעם חזן, אָבער פֿון װאַנען האָט גאָט געקענט נעמען נאָך יאָרן?… האָט ער אים אָפּגעגעבן דעם הונט־און־פֿערדס יאָרן. דערפֿאַר, װען אַ חזן לעבט אָפּ זײַנע זיבעציק יאָר, הײבט ער אָן צו בילן װי אַ הונט און פֿרעסן װי אַ פֿערד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.