די ימים־טובֿים זײַנען בשלום אַריבער, אָבער עס וועלן נאָך בלײַבן די שיינע זכרונות — למשל, פֿון די טויזנטער ייִדן, וואָס זײַנען אויף ראָש־השנה געפֿאָרן קיין אומען, כּדי צו פֿאַרברענגען בײַם קבֿר פֿון רבי נחמן. דאָרט אַנטוויקלט זיך אַ נײַער מין ייִדישקייט, וואָס שרעקט זיך ניט צו נעמען גוטע זאַכן פֿון דרויסן, אַבי מע פֿילט אָן די פֿרעמדע פֿאָרעם מיט אַ ייִדישן, תּורהדיקן אינהאַלט.
נעמט, למשל, דאָס נײַע „טראַנץ‟־ליד „וואָס איז געשען?‟, געזונגען פֿון בערי וועבער, ליפּע שמעלצער, און דעם פּעסטער רבין. דאָס ליד שטאַמט פֿונעם „קלויז‟, אַ שיל אין איירמאָנט, ניו־יאָרק. דאַכט זיך, אַז דאָס איז בכלל די ערשטע „טראַנץ‟־מוזיק אויף ייִדיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.