Oyneg Shabes

אַ סגולה קעגן עלטער

A Remedy For Old Age

פֿון זלמן ווענדראָף

  • Print
  • Share Share
זלמן ווענדראָף

איך האָב שױן, ברוך־השם, אַזאַ מזל, אַז איך דערװיס זיך אָפֿט מאָל פֿון לײַטן װעגן זיך אַזױנס, װאָס מיר אַלײן איז ניט באַװוּסט. אַזױ, צום בײַשפּיל — נאָך אין 1918 יאָר האָב איך זיך דערװוּסט פֿון די אַמעריקאַנער “פּײפּערס”, אַז “דעם קאָמיסאַרס רעכטע האַנט אין ייִדישן קאָמיסאַריאַט בײַם נאַרקאָמנאַץ איז דער ייִדישער שרײַבער װענדראָף”, כאָטש מיר אַלײן איז ביז דאַן באַװוּסט געװען, אַז אין דעם נעמלעכן קאָמיסאַריאַט פֿאַרנעם איך בלױז דעם באַשײדענעם פּאָסטן פֿון פֿאַרװאַלטער מיט דער “סעקציע פֿון קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם”, דער פּערסאָנאַל פֿון װעלכן איז באַשטאַנען פֿון אײן פּערזאָן — טאַקע פֿון מיר גופֿא.

אַ יאָר שפּעטער, װען איך בין באַשטימט געװאָרן אַלס פֿאַרװאַלטער, אָדער, װי ס׳האָט אין יענע יאָרן גע­הײסן, “נאַטשאַלניק” פֿונעם פּרעסע־אָפּטײל בײַם פֿאָלקס־קאָמיסאַריאַט פֿאַר טראַנספּאָרט, האָב איך פֿון די זעלביקע “פּײפּערס” דערפֿאַרן, אַז “די סאָװעט־רעגירונג האָט באַשטימט דעם ייִדישן שרײַבער ז. װענדראָף אַלס פֿאָלקס־קאָמיסאַר, דאָס הײסט אַלס מיניסטער פֿאַר טראַנספּאָרט” —אַ פּאָסטן זײער אַ חשובֿן, אָבער ניט נאָך מײַנע שװאַכע כּוחות און שױן זיכער ניט לױט מײַן ספּעציאַליטעט, שױן אָפּגערעדט דערפֿון, װאָס קײן אײנער פֿון די פֿינף פֿאָלקס־קאָמיסאַרן, װעלכע האָבן פֿאַר דער צײַט פֿון מײַן אַרבעט אין דעם אָנגערופֿענעם קאָמיסאַריאַט זיך געביטן, האָבן אַפֿילו ניט געקלערט איבערצוגעבן מיר זײער פּאָסטן.

צװײ מאָל פֿאַר מײַן קורץ־לאַנגן לעבן האָב איך פֿון לײַטן זיך דערװוּסט, אַז איך בין, לא־עליכם, געשטאָרבן. אײן מאָל מיט אַ נאַטיר­לעכן טױט, דאָס צװײטע מאָל — מיט אַן אומנאַטירלעכן: איך בין, ניט פֿאַר אײַך געדאַכט, “צעשאָסן געװאָרן”.

נאָך מײַן ערשטן “טױט” זײַנען אַ פּאָר חבֿרים אַפֿילו געקומען מיט בלומען אָפּגעבן מיר דעם לעצטן כּבֿוד (דעם לעצטן כּבֿוד גיט מען אײַך אָפּ בכּבֿוד־גדול). נאָר, טרעפֿנדיק דעם מת לעבעדיק, פֿאַרטאָן איבער אַ טעלער הייסע בלינצעס מיט קאַל­טע סמעטענע, זײַנען זיי אַװעק היפּש אַנטױשט: די שײנע, רירנדיקע רעדעס, װעלכע זײ האָבן צוגעגרײט צו האַלטן אױף מײַן פֿרישן קבֿר, זײַנען געבליבן ניט אױסגענוצט, אַװעק, װי סע רעדט זיך, אין ניװעץ.

נאָך מײַן צװײטן “טױט” איז שױן קײנער צו מײַן לװיה ניט געקומען: איך און מײַנע חבֿרים זײַנען דעמאָלט געװען אַ ביסל צו װײַט אײנער פֿון די אַנדערע. נאָר כּבֿוד האָט מען מיר, פֿון דעסטװעגן, אָפּגעגעבן: פֿאַר מײַן גאַנץ לעבן האָב איך ניט געהאַט װעגן זיך אַזױ פֿיל שבֿחים, װי איך האָב געהאַט נאָך מײַן “טױט”.

טאַקע נאָר אַזאַ “פֿילאָסאָף”, װי איך, װאָס װײסט דעם אמתן װערט פֿון שבֿחים, ניט נאָר נאָכן טױט, נאָר אַפֿילו בײַם לעבן, — האָט געקאָנט בײַשטײן דעם נסיון ניט צו באַקומען קאָפּשװינדל פֿון גדלות…

אַן ערך מיט אַ יאָר צוריק האָב איך זיך דערװוּסט “פֿון אונדזער מאָסק­װער קאָרעספּאָנדענט”, אַז איך בין “שטאַרק פֿאַרנומען” מיט דער אַרבעט איבער מײַן “צװײטן באַנד זכרונות”, װאָס װאָלט מיך זײער געפֿרײט, װען מלאַכי־חבֿלה װאָלטן אין זײער צײַט ניט פֿאַרכאַפּט און פֿאַרניכט דעם גאַנצן מאַטעריאַל צו דעם צװײטן, דריטן און פֿערטן באַנד פֿון מײַנע זכרונות, איבערלאָזנדיק מיר בלױז די נעמען — אַלע זײער שלאָגנדיקע, לאָקנדיקע נעמען, װאָס װאָלטן פֿאַרנאַרט דעם לײענער צו קױפֿן מײַנע ביכער.

און שױן גאָר ניט לאַנג האָט אַן אַמעריקאַנער קאָרעספּאָנדענט געלאָזט װיסן דער װעלט, אַז איך גרײט צום דרוק מײַנע “אױסדערװײלטע װערק”, איבער װעלכע עס אַמפּערן זיך צװײ פֿאַרלאַגן. אַ פּנים, אַז בײדע פֿאַרלאַגן װילן אײנער דעם צװײטן אָפּטרעטן דעם כּבֿוד צו דרוקן מײַנע “אױסדערװײלטע װערק”.

מע קאָן דען אױסרעכענען, װאָס “אונדזערע אײגענע קאָרעספּאָנדענטן” קאָנען אַלץ אָנשרײַבן װעגן אײנעם, װאָס האָט געהאַט דאָס גליק אָנ­צו­שטעכן זיך אױפֿן שפּיץ פֿון זײער פֿלינקער פֿעדער?

און דאָ, פֿאַרשטײט איר מיך, דערנענטערט זיך מײַן אַכציק־יאָרי­קער געבורטסטאָג — אַ גוטע גע­לעגנ­הײט פֿאַר װעלכן ניט איז “אײגענעם קאָרעספּאָנדענט”, װאָס װעט גראָד ניט האָבן עפּעס בעסערס װעגן װאָס צו שרײַבן, װידער אַ מאָל לאָזן װיסן דער װעלט װעגן דעם בעל־יובֿל עפּעס אַזױנס, װאָס אים אַלײן איז װעגן זיך ניט באַװוּסט, נאָר פֿאַרװאָס דער יובילאַר װעט דאַרפֿן טראָגן די אַחריות. האָב איך זיך מישבֿ געװען: װאָס טױג מיר װאַרטן, ביז איך װעל לײענען װעגן זיך אַן אינטערװיו, װאָס קײנער האָט בײַ מיר ניט גענומען. בעסער װעל איך בײַ זיך אַלײן נעמען אַן אינטערװיו, װעל איך, װײניקסטנס, באַװאָרנט זײַן פֿון דערװיסן זיך װעגן מײַן פּערזאָן אומבאַװוּסטע פֿאַר מיר אָנגענעמע אָדער אומאָנגענעמע — זאַכן.

פֿאַרטראַכט און געטאָן.

“דעם עלטסטן ייִדישן סאָװעטישן שרײַבער ז. װענדראָף האָבן מיר ניט געטראָפֿן בײַ זײַן שרײַבטיש שטאַרק פֿאַרנומען מיט דער אַרבעט איבער זײַן צװײטן באַנד זכרונות”, װי ס׳האָט װעגן אים געשריבן אײנער פֿון “אונדזערע אײגענע קאָרעס­פּאָנ­דענטן”, װעלכן ער האָט קײן מאָל אין די אױגן ניט געזען. דער אַלטער עולם־הזהניק איז אין מיטן העלן טאָג געלעגן ברײט צעלײגט אױף אַ װײכער קאַנאַפּע און, קאָנטיק, מיט גרױס הנאה, געלײענט אַ בוך צװײ מאָל אַזױ אַלט, װי ער אַלײן, און צװײ מאָל אַזױ דיק, װי דער באָבעס קרבן־מינחה, אונטער דעם געהױבענעם טיטל “עליגענט איפֿיסלס”, װאָס דער טײַטש דערפֿון איז “עלעגאַנטע בריװ”. די זאַמלונג פֿון די עלעגאַנטע אָדער, אױב אײַך געפֿעלט בעסער, גאַלאַנטע עפּיסטאָלען הײבט זיך אָן מיט בריװ אַזש פֿונעם אַלטרױמער ציצעראָ, װאָס איז שױן העכער צװײ טױזנט יאָר, ניט פֿאַר אונדז געדאַכט, ניפֿטר, און פֿאַרענדיקט זיך מיט די בריװ פֿונעם באַרימטן אַמעריקאַנער פֿיזיקער און פּאָליטישן טוער בענ­דזשאַ­מען פֿראַנקלין, דאַטירט 1789, אױך אַ קײַמא־לן פֿון 170 יאָר צוריק.

װען מיר האָבן געפֿרעגט דעם ח׳ װענדראָף: װאָס אינטערעסירט אים אין דעם דאָזיקן דרײַ־קילאָגראַמאָװן אַלטן ספֿר, האָט ער אונדז אָנגעװיזן אױפֿן סובטיטל פֿונעם בוך, װאָס לױטעט: “אַ רײַכע זאַמלונג פֿון עלע­גאַנטע עפּיסטאָלען פֿאַר דער פֿאַר­פֿאָלקומעניש פֿון יונגע מענטשן און פֿאַר אַלגעמײנער פֿאַרװײַלונג”, און באַמערקט מיט אַ שמײכל:

װי איר זעט, איז דאָס בוך גע­שריבן ספּעציעל פֿאַר מיר…

אױף אונדזער פֿראַגע, צי ליגט ער, װײַל ער פֿילט זיך, חלילה, ניט מיט אַלעמען, האָט אונדז דער ח׳ װענדראָף געענטפֿערט, אַז ער פֿילט זיך ניט קײן אײן טאָג עלטער פֿון זײַן פּאַספּאָרט, נאָר ער ליגט, װײַל דאָס לעבן האָט אים געלערנט, אַז ליגן איז אין אַלע צײַטן בעסער, װי זיצן.

װען מיר האָבן געזאָגט דעם ח׳ װענדאָרף, אַז אין צוזאַמענהאַנג מיט זײַן אַכציק־יאָריקן געבורטסטאָג װאָלטן מיר געװאָלט האָבן מיט אים אַ שמועס פֿאַר אונדזער צײַטונג, האָט דער חשובֿער בעל־יובֿל זיך אַ בײזער געטאָן:

— איך בין ניט קײן דיפּלאָמאַט, ניט קײן קולאַקן־העלד און ניט קײן פּרימאַ־באַלערינע, מע זאָל בײַ מיר נעמען אינטערװיוען פֿאַר דער פּרע­סע, נאָר אױב איר װילט סתּם שמועסן אַ ביסל װעגן “דיזן, דאַזן, דאָס און יענץ” — מהיכא־תּיסי!

אַלזאָ, — האָבן מיר אָנגעהױבן אונדזער שמועס, — װערט איר, הײסט עס, ח׳ װענדראָף, אין גיכן אַלט אַכ­ציק יאָר?

דער ח׳ װענדראָף האָט אױף אונדז אַ בליץ געטאָן מיט זײַנע נאָך גאָר יונגע פֿערציק־יאָריקע אױגן (יעדער אױג צו פֿערציק יאָר) פֿון אונטער זײַנע געדיכטע גרױע ברעמען (צװישן אונדז גערעדט, זײַנען די ברעמען בײַם ח׳ װענדראָף שיטערע און פֿון שטרױ־קאָליר, אָן אײן גרױע האָר, נאָר ליטעראַרישע שײנקײט פֿאָדערט, אַז װען מע שרײַבט װעגן אַן אַלטן מאַן, זאָל מען אים געבן “געדיכטע, גרױע” נאָך בעסער — “טאָלסטאָיִשע” ברעמען!) און אַ ביסל רוגזהדיק אַ זאָג געטאָן:

װער האָט אײַך געזאָגט, אַז איך װער אַכציק יאָר אַלט? קאָן דען אַ מענטש ניט זײַן אַכציק יאָר יונג?

װען איך װאָלט געװאָלט אַ באַרים טאָן זיך פֿאַר אײַך מיט מײַן באַהאַװנטקײט אין דער אַלטער און נײַער װעלט־ליטעראַטור, װאָלט איך אײַך געקאָנט ציטירן 365 אַרױס­זאָ­גונגען פֿון גרױסע מענטשן — פֿון אַריסטאָ ביז פּראָפֿ׳ אױסלענדער, װעלכע באַשטעטיקן מײַן הנחה, אַז עלטער איז אַ באַדינגלעכער באַגריף, נאָר אַזױ װי איך שרײַב ניט קײן ספֿר “דבֿרי־חכמים”, נאָר איך שמועס מיט אַ קאָרעספּאָנדענט, װאָס װעט זיך מן־הסתּם ניט אײַנהאַלטן און װעט דאָך איבערגעבן אונדזער שמועס אין די גאַזעטן, װעל איך דאָס מאָל זיך באַגנוגענען מיט ציטירן מײַנע אײגענע טיפֿע געדאַנקען. פֿאַרשרײַבט זײ, אױב איר װילט, זײ װעלן אײַך צו ניץ קומען. איר קאָנט זײ אױסגעבן פֿאַר אײַערע אײגענע…

אַלט איז דער, װער ס׳איז קײן מאָל ניט יונג געװען, — זאָג איך, ז. װענדראָף, — דער, װאָס האָט נאָך אַ טרער פֿאַר פֿרעמדע לײדן און אַ גוטן שמײכל פֿאַר פֿרעמדע פֿרײדן, אַ קאָפּ צו דענקען און אַ האַרץ צו פֿילן, איז נאָך ניט אַלט. איך פֿאַרמאָג עס נאָך, גאָט צו דאַנקען, און זאָגט ניט, אַז איך בין אַכציק יאָר אַלט. װער רעדט, װען מע זאָל רעכענען בלױז די צײַט, װאָס איך האָב געלעבט מיט נוצן פֿאַר זיך און פֿאַר אַנדערע, בין איך נאָך גאָר אַ יונגער־מאַנטשיק…

זאָגט אונדז, ח׳ װענדראָף, װאָס האָט אײַך מיטגעהאָלפֿן צו דערלעבן אַזאַ טיפֿע עלט… יוגנט?

אַלס סגולה פֿאַר אַריכות־ימים און יונגער עלטער האָבן מיר געדינט דרײַ זאַכן: מײַן שװאַך געזונט, מײַנע ברילן און מײַן גלױבן. װאָס קוקט איר מיך אָן, װי איך װאָלט צו אײַך גערעדט טערקיש? ס׳איז גאַנץ פּשוט, פּשוטער, װי קבלה.

שװאַך געזונט לערנט אױס אַ מענטשן, צי ער װיל, צי ער װיל ניט, צו זײַן מעסיק אין זײַנע געװױנהײטן, און מעסיקײט איז אַ זיכערע סגולה צו אַריכות־ימים.

װען איז עס גערעדט געװאָרן, װען גלײַכצײַטיק מיט אײַער שװאַך געזונט פֿאַרמאָגט איר אַ געזונטן גײַסט, װען איר טראָגט זיך ניט אַרום מיט אײַער שװאַכן געזונט, װי מיט אַ פֿולן בעכער װײַן אין די הענט אין שטענדיקער שרעק ניט צו פֿאַרלירן דערפֿון, חלילה, אַ טראָפּן; װען איר לעבט אַ פֿולבלוטיק גײַסטיק לעבן; װען איר לעבט מיט די אינטערעסן פֿון דער געזעלשאַפֿט, פֿון אײַער לאַנד, פֿון דער מענטשהײט; װען איר טרינקט דעם בעכער פֿון גײַסטיקע טענוגים ביזן דעק. װען אָבער איר װעט בלױז זײַן אַ ניאַנקע צו אײַער שװאַכן געזונט, װעט אײַער לעבן — לענגער אָדער קירצער — זײַן פֿון קנאַפּן װערט סײַ פֿאַר אײַך זעלבסט, סײַ פֿאַר לײַטן.

מײַן צװײטע סגולה איז, װי געזאָגט, מײַנע ברילן.

מײַן גאַנץ באַװוּסטזיניק לעבן האָב איך געקוקט אױף דער װעלט ניט דורך אָפּטישע, נאָר דורך אָפּטימיסטישע ברילן, געפֿאַסט אין הומאָריסטישע רעמלעך.

דאָך מײנט ניט, אַז דורך אַזלעכע ברילן זעט איר די װעלט אין גאָלע ראָזעװע פֿאַרבן. פֿאַרקערט, דורך זײ זעט איר דאָס לעבן אַזױ װי עס איז. נאָר װאָס דען? איר זעט דעם צוזאַמענהאַנג פֿון זאַכן און דער­שײַ­נונגען, איר זעט, אַזױ צו זאָגן, גע­שעענישן, די געשיכטע אין איר באַװעגונג, אין איר דיאַלעקטיק. װען איר געדענקט, אַז קײן זאַך איז ניט אײביק, אַז אַלץ באַװעגט זיך, אַלץ ענדערט זיך, װען איר געדענקט, אַז “נאָך יעדער דעצעמבער קומט װידער דער מײַ”, װעט איר קײן מאָל ניט פֿאַרלירן אײַער גוטע שטימונג, אײַער מוט.

אָפּטימיסטישע ברילן האַלטן אין אײַך אונטער אין די שװערסטע צײַטן דעם גלױבן אין דעם ענדגילטיקן זיג פֿון אמת און יושר, גיבן אײַך כּוח איבערצוטראָגן די שװערסטע נסיונות, װאָס קאָנען אױספֿאַלן אױף אײַער גורל.

דורך אַזעלכע ברילן זעט איר אױך די קאָמישע זײַט פֿון אײניקע טראַ­געדיעס — אױך אַ גוטע סגולה פֿאַר אַריכות־ימים און יונגער עלטער.

נאָר די זיכערסטע סגולה דערצו איז גלױבן.

גלױבן אין מענטשן.

איך האָב פֿון תּמיד אָן געגלײבט און גלײב עד־היום, אַז דער מענטש איז דאָס רובֿ בעסער, װי זײַנע מעשׂים.

װי זאָגט עפּעס דאָרטן דער טי­טאַן פֿון דער רוסישער ליטעראַטור — ל. טאָלסטאָי? “לױט די געזעצן פֿון דער נאַטור איז די שלאַנג באַשאַפֿן געװאָרן צו פּױזען, דער פֿױגל — צו פֿליִען, דער פֿיש — צו שװימען און דער מענטש — צו טאָן גוטס. און װען מענטשן טוען אײנע די אַנדערע שלעכטס, איז עס פּונקט אַזױ אומנאַטירלעך, װי װען דער פֿױגל װאָלט אָנגעהױבן פּױזען און דער פֿיש פֿליִען”.

איך בין אַ הײסער חסיד פֿון טאָלסטאָי דעם געניאַלן קינסטלער, און אַ קנאַפּער חסיד פֿון טאָלסטאָי דעם פֿילאָסאָף (װעגעטאַריאַנישע פֿי­לאָ­סאָפֿיע איז ניט פֿאַר מײַן מאָגן), נאָר אין דעם דאָזיקן פּרט בין איך פֿולשטענדיק מסכּים מיט טאָלסטאָי דעם פֿילאָסאָף. איך גלײב אױך, אַז בטבֿע איז דער מענטש מער גענײגט צו גוטס, אײדער צו שלעכטס.

נײן, נײן, איך פֿאַרמאַך ניט די אױגן אױף דעם רישעות, װאָס עס הערשט נאָך אין דער װעלט. נו, בכן? געװען צײַטן, װען שבֿטים און פֿעלקער זײַנען אומגעקומען פֿון כאָלערע, פֿון טשומאַ, פֿון שװאַר­צע פּאָקן, פֿון געלן פֿיבער, פֿון אַלער­לײ מגפֿות און פּורעניות. דער מענטש­לעכער פֿאַרשטאַנד, דאָס מענטשלעכע װיסן האָט באַפֿרײַט דערפֿון די מענטשהײט.

דאָס זעלבע װעט געשען מיט סאָציאַלע פּורעניות: פֿעלקער־פֿאַר­שקלאַפֿונג, מענטשן־פֿײַנטשאַפֿט, קאַל­טע מלחמות און הײסע מלחמות, אימ­פּע­ריאַליזם און קאָלאָניאַליזם, ראַ­סיזם, דיסקרימינאַציע און אַנדערע גרע­סערע און קלענערע אָנשיקענישן װעלן מיט דער צײַט זײַן אַזאַ זאַך פֿון דער פֿאַרגאַנגענהײט, װי ס׳איז איצט טשומאַ און כאָלערע.

דאָס איז ניט קײן בלינדער גלױבן — דאָס איז אַ גלױבן, געבױט אױף דער גאַנצער געשיכטע פֿון מענטשלעכן פּראָגרעס, אױף דער געשיכטע פֿון דער מענטשהײט.

די מענטשהײט — צי זי װיל, צי זי װיל ניט — גײט פֿאָרױס, ניט צוריק. די גאַנצע מענטשלעכע קול­טור, אַלע דערגרײכונגען, אַלע דער­פֿינדונגען פֿון מענטשלעכן געני פֿירן פֿאָרױס. פּרעסע, טעלעגראַף, טע­לע­פֿאָן, קינאָ, ראַדיאָ, טעלעװיזיע, אַװיאַציע, קאָסמישע ראַקעטן, אַטאָם־קראַפֿט — דאָס זײַנען אַלץ מיטלען ניט פֿון דערװײַטערונג, נאָר פֿון דער­נענטערונג צװישן מענטשן. און דער­נענטערונג מײנט קעגנזײַטיקע דער­קענונג, בעסערע פֿאַרשטענדיקונג. און בעסערע פֿאַרשטענדיקונג מײנט ענגערע פֿרײַנדשאַפֿט, גוטװינטשונג, שלום.

נאָר מער פֿון אַלץ איז מײַן גלױבן געגרינדעט אױף דעם װוּקס פֿונעם באַװוּסטזײַן פֿון די מאַסן אין דער גאַנצער װעלט.

“אַ מלוכה איז שטאַרק דורך דער באַװוּסטזיניקײט פֿון די מאַסן. זי איז שטאַרק דאַן, װען די מאַסן װײסן אַלץ, װען זײ קאָנען װעגן אַלץ אורטײלן, און װען זײ גײען אױף אַלץ באַװוּסטזיניק”, — אָט די דאָזיקע אומענדלעך טיפֿע און ביז גאָר פּשוטע װערטער פֿון דעם אומשטערבלעכן לענין בנוגע צו אײן מלוכה קאָנען דרײסט אָנגעװענדט װערן בנוגע צו די מאַסן אין דער גאַנצער װעלט.

אײנער אַ באַװוּסטער אַגראָפֿי­זיקער האָט געזאָגט: “ס׳איז ניט פֿאַ­ראַן קײן שלעכטער באָדן, — פֿאַראַן שלעכטע באַאַרבעטער פֿונעם באָדן”. פּאַראַפֿראַזירנדיק די דאָזיקע אַק­סיאָמע, װאָלט איך געזאָגט:

ניטאָ קײן שלעכט־געבױרענע; פֿאַראַן שלעכט־געװאָרענע מענטשן.

אומגערעכטע סאָציאַלע אָרדע­נונג, שלעכטע סיסטעמען, שלעכטע הער­שער — אָט װאָס עס שאַפֿט אַ באָדן פֿאַר שלעכטע מעשׂים פֿון מענטשן.

דורך מײַנע אָפּטימיסטישע ברילן זע איך דאָס, װאָס די װײַטערדיקע דורות וועלן זען אױף דער װאָר אָן שום ברילן: די מאַסן אין דער גאַנצער װעלט װעלן װערן אױף אַזױ פֿיל באַװוּסטזיניק, אַז זײ װעלן שאַפֿן אַזעלכע סיסטעמעס און אַזאַ אָרדענונג, װוּ עס װעט ניט זײַן מער קײן באָדן פֿאַר שלעכטע מעשׂים.

אָט דער דאָזיקער גלױבן אין מענטשן האָט מיר געהאָלפֿן אַפֿילו אױפֿן סאַמע דעק פֿון לעבן, צװישן מענטשלעכן אָפּפֿאַל, געפֿינען קערנד­לעך מענטשלעך גאָלד.

ס׳מאַכט ניט אױס, װאָס עס קומט אײַך מאַנכעס מאָל אױס איבערצוּװאַשן גאַנצע טאָנען מענטשלעך זאַמד, ביז איר געפֿינט דאָס קערנדל מענטשלעך גאָלד.

די שײַן פֿונעם קערנדל גאָלד װערט דערפֿון ניט פֿאַרטונקלט. פֿאַר­קערט, עס שײַנט און בלישטשעט נאָך העלער אַרױס פֿון צװישן דעם מיסט און אָפּפֿאַל.

אָט דער דאָזיקער גלױבן האָט מיר געגעבן כּוחות צו דערלעבן ביז טיפֿער יוגנט.

גלײבט אין מענטשן און האָט ליב מענטשן! אָן גלױבן און אָן ליבע צום מענטש באַקומט אַלץ אין לעבן דעם טעם און די פֿאַרב פֿון גאַל. און גאַל איז ביטער.

ביטער, װי גאַל…

נאָר, דאַכט זיך, אַז פֿון אַ לײַכטן שמועס װעגן “דיזן, דאַזן, דאָס און יענץ” הײבן מיר אָן צו פֿאַרקריכן אין פֿילאָסאָפֿיע און הױכער פּאָליטיק, און דאָס, האָב איך מורא, איז ניט גוט פֿאַר מײַן שװאַכן געזונט.

װי מיר זעען, ח׳ װענדראָף, —האָבן מיר באַמערקט, — איז דער חשק צו לעבן און שאַפֿן נאָך גאַנץ שטאַרק בײַ אײַך?

יאָ, איך בין בטבֿע נײַגעריק, און ס׳װאָלט געװען ציקאַװע צו זען, װאָס פֿאַר אַ פּנים די װעלט װעט האָבן, װען איך װעל זײַן הונדערט יאָר יונג. אידעאַל װעט זי, מן־הסתּם, אױך דאַן ניט אױסזען, נאָר בעסער, װי איז איצט, װעט זי זיכער זײַן.

אין דעם גלײב איך פֿעסט, װײַל דאָס איז אַ געזעץ פֿון דער געשיכטע.

חבֿר װענדראָף, — האָבן מיר צום סוף פֿון אונדזער שמועס מיט זיך אַלײן געפֿרעגט, — פֿאַר קרובֿ זעכציק יאָר פֿון אײַער ליטעראַריש־זשורנאַליסטישער טעטיקײט האָט איר אָנגעשריבן עטלעכע הונדערט דערצײלונגען, און מן־הסתּם אַ שײנע פּאָר טױזנט פֿאַר­צײכענונגען, אַרטיקלען, פֿעליעטאָנען, קאָרעספּאָנדענצן אין װער װײסט װיפֿל צײַטונגען און זשורנאַלן, איז קאָנט איר אונדז ניט זאָגן אין עטלעכע װערטער, אין װאָס באַשטײט אײַער שעפֿערישער מעטאָד, לאָזן אונדז, אַזױ צו זאָגן, אַרײַנקוקן אין אײַער שעפֿערישער לאַבאָראַטאָריע?

מײַן שעפֿערישער מעטאָד איז זײער אַ פּשוטער: איך האָב שטענדיק געשריבן און שרײַב װעגן דעם, װאָס איך האָב געזען, װאָס איך האָב גע­טראַכט, װאָס איך האָב געפֿילט, װעגן דעם, אין װאָס איך האָב געגלײבט. איך האָב געשריבן דעם אמת אַזױ, װי איך האָב אים געזען, װי איך האָב אים אױפֿגענומען, װי איך האָב אים פֿאַרשטאַנען. אָט דאָס איז מײַן שע­פֿערישער מעטאָד.

1957