Oyneg Shabes

די זיבן װעלטן פֿונעם מענטשנס אַנטוויקלונג

The Seven Stages of a Person’s Life

  • Print
  • Share Share
דער „מלך‟ מעכעלע און זײַן היטערין, די באָבע מילכּה

דער מינהג אָנצורופֿן די קינדער מיט די נעמען פֿון אַ חיה איז זײער אַן אַלטער, און כּמעט בײַ אַלע פֿעלקער אױף דער װעלט געפֿינען מיר לײבן, פֿײגעלעך, בערן, װאָלפֿן, טײַבעלעך, הערשן אאַ”װ. און גלײַך מיט דעם, צו כאַראַקטעריזירן אַ געװיסע תּקופֿה פֿון אַ מענטשנס לעבן מיט אַ געשטאַלט פֿון אַ כּלל־אױפֿפֿירונג פֿון אַ חיה, איז גאָר אַ זעלטענע זאַך.

אין שײַכות מיט דעם איז זײער אינטערעסאַנט צו לײענען אײנעם פֿון די מדרשים, װעלכן ס׳האָט אין פֿערטן יאָרהונדערט פֿאַרשריבן דער אַמורא רבי תּנחומא בר־אַבא. די ערשטע תּקופֿה (אָדער „װעלט‟, װי רבי תּנחומא רופֿט עס אָן) געהערט צו אַ קינד „אַ מלך‟; אַלע אַנדערע, אָבער, זײַנען פֿאַרבונדן מיט אַ געװיסער חיה, סײַ אַסאָציאַטיװ און סײַ פֿיגוראַטיװ. אױך דאָס איז ניט קײן װוּנדער און אַװדאי ניט קײן נאָװינע.

די מענטשן װײסן, אַז מע קען זײַן מוטיק װי אַ לײב, כיטרע װי אַ פֿוקס, פֿױל װי אַ הונט און קרעפֿטיק װי אַ בער. דער גרױסער חידוש איז פֿאַר מיר, אַז אַלע חיות זײַנען גלאַט טריפֿה חיות, אַחוץ דער, װאָס סימבאָליזירט די „דריטע װעלט‟ — די קינדהײט־תּקופֿה, פֿון צװײ ביז פֿיר יאָר; זי ווערט אַסאָציִיִרט בײַ רבי תּנחומא מיט דער אױפֿפֿירונג פֿון אַ ציג. קײן גרױסע חכמת איז די ציג קײן מאָל ניט געװען, אָבער װי אָרעם װאָלט געװאָרן די װעלט פֿון די ייִדישע קינדער, װען מע װאָלט ניט דערלאָזט די ציג צו ליגן אונטער די ייִדישע װיגעלעך און צו היטן דעם זיסן שלאָף פֿון די קלײנע ייִדישע „מלכים‟. אָבער, לאָמיר גײן לױט רבי תּנחומאס סדר ווײַטער.

זיבן פֿאַרשידענע װעלטן לעבט דורך אַ מענטש פֿון דעם טאָג װען ער װערט געבױרן ביז ער װערט אַן אַלטער־מאַן. די װעלטן בײַטן זיך צוזאַמען מיט די יאָרן.

אין זײַן ערשטער װעלט איז דער מענטש װי אַ מלך און אַלע פֿרעגן זיך נאָך װעגן זײַן געזונט, און אַלע װילן אים זען, אַלע פּעשטשען אים און קושן אים.

אין זײַן צװײטער װעלט, װען דאָס קינד איז אַרום צװײ יאָר אַלט, איז ער געגליכן צו אַ דבֿר־אַחר, װאָס פּאָרעט זיך אין שמוץ און גראָבט דעם זאַמד.

אין זײַן דריטער װעלט איז ער געגליכן צו אַ ציג, װעלכע טאַנצט פֿרײלעך אױפֿן גרינעם פֿעלד פֿאַר זײַן מאַמען. אַזױ טאַנצט אַרום דאָס קינד פֿאַר זײַנע טאַטע־מאַמע, און שפּילט זיך, און אַלע קװעלן פֿון אים אָן. אַזױ לעבט ער אָפּ ביז זײַן פֿינפֿטן יאָר.

אין זײַן פֿערטער װעלט איז ער געגליכן צו אַ לאָשיקל, װאָס לױפֿט אַרום אונטערן פֿרײַען הימל. דאָס איז װען ער װערט אַ צײַטיקער מענטש, אַ בחורל פֿון אַכצן יאָר, און אַזױ װי דאָס פֿערדל זוכט אױסצונעמען מיט זײַן לױפֿן, אַזױ זוכט דאָס בחורל אױסצונעמען מיט זײַן יוגנט.

אין זײַן פֿינפֿטער װעלט איז ער געגליכן צו אַן אײזל, אױף װעלכן מע לײגט אַרױף אַ זאָטל און מע רײַט אױף אים. דאָס הײסט, אַז ער באַקומט אַ װײַב און האָט מיט איר קינדער. ער פֿאָרט אַרום אַהער און אַהין און איז מפֿרנס זײַן געזינדל. ער שלעפּט אַ שװערע משׂא, דער יאָך פֿון די קינדער װערט אַלץ שװערער, און אַזױ דױערט עס ביז ער װערט פֿערציק יאָר אַלט.

אין זײַן זעקסטער װעלט איז ער געגליכן צו אַ הונט אַ חצוף — דאָ כאַפּט ער, דאָ גיט ער. ער דרײט און שאַכערט און שעמט זיך ניט פֿאַר לײַט.

אין זײַן זיבעטער װעלט איז ער געגליכן צו אַ מאַלפּע, װעלכע זעט גאָר ניט אױס װי אַ מענטש. ער פֿרעגט אַ סך נאַרישע פֿראַגעס, ער עסט און טרינקט װי אַ ייִנגל, ער שפּילט זיך װי אַ קינד און האָט שׂכל ניט מער װי אַ פּיצל קינד. און אַפֿילו זײַנע אײגענע קינדער לאַכן פֿון אים, שעלטן אים אין האַרצן און האָבן אים פֿײַנט. און װען ער רעדט עפּעס זאָגט מען: „לאָזט אים צו רו, אַן אַלטער איז װי אַ קינד‟. און זײַן שלאָף איז אַזױ לײַכט, אַז אַפֿילו אַ קלײן פֿײגעלע קען אים אױפֿװעקן.