מיר ברענגען אײַך נאָך עטלעכע ווידעאָס פֿון דער חסידישער חבֿרה „אָנטײַם‟־פּראָדוקציעס, וואָס שטייט הינטער דער סעריע חול־המועד־שפּילן „אונטערן בילד‟, „אונטערן שריפֿט‟, „אונטערן פֿענצטער‟ אאַז״וו. אין דער דאָזיקער חבֿרה געפֿינען זיך עטלעכע טאַלאַנטירטע קאָמיקער און זינגער, און זייערע ווידעאָס זײַנען זייער פּראָפֿעסיאָנעל געמאַכט, אַזוי אַז זיי זײַנען כּדאַי צו זען אַפֿילו פֿאַר ניט־חסידים.
אינעם ערשטן ווידעאָ זעען מיר, ווי שווער עס איז צו פֿאַרקויפֿן הויזן אין אַן אָרט, וווּ יעדער פֿאַרבײַגייער טראָגט שוין הויזן:
אינעם צווייטן ווידעאָ זעען מיר אַ ביסל הינטער די קוליסן פֿון דער שפּיל פֿאַר אַ יאָרן, „אונטערן שריפֿט‟. מע זוכט (און געפֿינט ניט) די רעקוויזיטן, וואָס האָבן שפּעטער באַשיינט און באַצירט די בינע בײַ ברוקלין־קאָלעדזש:
צו לעצט, ברענגען מיר אײַך דאָס הויפּט־ליד פֿון „אונטערן שריפֿט‟, געשריבן און קאָמפּאָנירט פֿון דוד־אַהרן פֿראַנקל:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.