Oyneg Shabes

אַ קיצל צום לאַכן

Tickly My Toes

  • Print
  • Share Share

דער סאַמע לעצטער פּרײַז

איינער איז אַרײַנגעקומען אין אַ ניו־יאָרקער איסט־סײַד־קליידער־געשעפֿט און זיך אויסגעקליבן אַ מאַנטל.

— זאָגט מיר דעם לעצטן פּרײַז, — זאָגט ער צום קרעמער, — איך האָב פֿײַנט צו דינגען זיך.

— אויב אַזוי, — זאָגט דער קרעמער, — וועל איך אײַך ניט זאָגן קיין דרײַסיק און ניט קיין פֿינף־און־צוואַנציק, נאָר דעם סאַמע לעצטן פּרײַז: צוואַנציק דאָלאַר.

— אויב אַזוי, — זאָגט דער קונה, — וועל איך אײַך ניט באָטן קיין פֿינף דאָלאַר און ניט קיין אַכט דאָלאַר, נאָר גלײַכע צען.

— סעם, — גיט דער קרעמער אַ זאָג צו זײַן אַסיסטענט, — פּאַק אײַן דעם מאַנטל פֿאַר דעם דזשענטלמען.


ווען דער קונה איז גערעכט

אין אַ קליידער־געשעפֿט אין אַמעריקע האָט דער בעל־הבית פֿון געשעפֿט דערהערט פֿון ווײַטן ווי זײַן אַסיסטענט האָט אַן איבעררייד מיט אַ קונה, וועלכער היצט זיך און מאַכט אַ טומל. איז ער שנעל צוגעגאַנגען צום פּלאַץ און געזוכט דעם סיכסוך אויסצוגלעטן:

— וואָס איז דער מער מיט דיר, — זאָגט ער צום פֿאַרקויפֿער מיט אַ האַלבן שמייכל, — ווייסטו דען ניט דאָס אַמעריקאַנער ווערטל? „דער קונה איז אַלע מאָל גערעכט‟.

— געוויס ווייס איך, אַז ער איז גערעכט, — ענטפֿער דער פֿאַרקויפֿער.

— טאָ וואָס זאָגט דער דזשענטלמען?

— ער זאָגט, אַז איר זײַט אַ גנבֿ, אַ שווינדלער, און קיין אָנשטענדיקער מענטש טאָר אײַער שוועל ניט באַטרעטן.


ווי געטרײַשאַפֿט ווערט באַלוינט

אַ בעל־הבית פֿון אַ גרויסער פֿירמע האָט אַרײַנגערופֿן זײַנעם אַן אַסיסטענט אין זײַן פּריוואַטן אָפֿיס און געזאָגט צו אים:

— פֿון אַלע מײַנע אָנגעשטעלטע, האָב איך באַמערקט, זײַט איר דער איינציקער וואָס איז אַזוי ערנצט איבערגעגעבן צו אײַערע פֿליכטן. איר אַרבעט לאַנגע שעהען און לאָזט ניט דורך די מינדסטע קלייניקייט אָן אײַער באַהאַנדלונג, איז דאָס ניט אמת?

— אמת, — ענטפֿערט דער אַסיסטענט, פֿילנדיק, אַז די קאָמפּלימענטן זײַנען אַ הקדמה צו אַ העכערונג אין געהאַלט.

— איז דערפֿאַר, — זאָגט ווײַטער דער בעל־הבית, — מוז איך אײַך אָפּזאָגן, ווײַל איר זײַט פֿון דעם טיפּ וואָס עפֿנט אַ „ביזנעס‟ פֿאַר זיך און ווערט מײַנער אַ קאָנקורענט.