Oyneg Shabes

לעבן, געזונט און פּרנסה

To Life, Health and a Livelihood

  • Print
  • Share Share

עס זײַנען פֿאַרבײַ די טעג צװישן ראָש־השנה און יום־כּיפּור, די טעג פֿון זעלבסט־לײַטערונג און זעלבסט־אױסאײדלונג, די טעג פֿון רײניקן דעם געװיסן און באַפֿרײַען די נשמה פֿון די זינד. אױף אַזאַ אופֿן, גלײבט מען, װעט מען אױסבעטן אַ חתימה־טובֿה אױפֿן נײַעם יאָר, דהײַנו — לעבן, געזונט, און פּרנסה.

* * *

ערבֿ יום־כּיפּור, פֿאַר כּל־נדרי האָט אײן מאָל רבי יחיאל־מאיר, דער רבי פֿון גאַסטינין, אָנגעכאַפּט זײַן שמשׂ בײַ דער האַנט און זיך געבעטן בײַ אים: „פֿײַװל־קרױן, לאָמיר תּשובֿה טאָן. כאָטש עס איז שױן אַזױ שפּעט, סײַ־װי איז נאָך אַלץ דאָ צײַט תּשובֿה צו טאָן. דען ס’װערט געפּסקנט, אַז ׳מקצת היום כּכולו׳ און ׳יום אחד בשנה תּשובֿה כּשנה׳. אױב מיר װעלן אין דער־אָ מינוט תּשובֿה טאָן, װעט עס זײַן גלײַך צו דעם װי מיר װאָלטן תּשובֿה געטאָן אַ גאַנץ יאָר.‟

* * *

עס איז אַ מינהג, אַז ראָש־השנה און יום־הקודש הײבט אָן דער חזן צו זאָגן פֿאַרן עמוד פֿון אָנהײב ברכות־השחר. דער טעם דערפֿון איז, אַז עס זײַנען דאָ אַ סך לײַט, װעלכע בלײַבן אין שיל אױף אַ גאַנצער נאַכט. אַנדערע כאַפּן מער נישט װי אַ דרימל, און װען עס װערט טאָג, װערט בײַ זײ אַ ספֿק, צי זײ זײַנען מחויבֿ צו זאָגן די ברכות. דעם חזן לאָזט מען אָבער נישט בלײַבן בײַ נאַכט אין שיל, אַז ער זאָל נישט װערן הײזעריק; און ער איז געװיס מחויבֿ אין די ברכות־השחר, זאָגן די ברכות הױך אױפֿן קול, צו מוציא זײַן די, װאָס זײַנען געװען אין שיל אַ גאַנצע נאַכט.

* * *

עס װאָלט געדאַרפֿט זײַן, אַז דאָס האַרץ זאָל שלאָגן די האַנט, בשעת זי גרײט זיך צו טאָן אַ שלעכטע זאַך, און ניט די האַנט זאָל שלאָגן דאָס האַרץ.

* * *

דער גאָון ר’ רפֿאל האַמבורגער, זצ”ל, דער מחבר פֿונעם ספֿר „תּורת יקותיאל‟ איז יענעם יאָר, װען ער איז אױפֿגענומען געװאָרן װי אַ רבֿ אין האַמבורג, נישט געקומען צו „כּל־נדרי‟.

מע האָט אױף אים געװאַרט אַ לאַנגע צײַט, אָבער ער איז אַלץ ניט געקומען. האָט מען אים געשיקט רופֿן, איז ער אָבער נישט געװען אין דער הײם. מע האָט נישט געקענט מער װאַרטן און מ’האָט געזאָגט „כּל־נדרי‟ אָן אים. דער עולם איז געװען זײער אומרויִק, באַזאָרגט, װײַל מע האָט נישט געװוּסט װאָס צו טראַכטן. אַז מע האָט שױן געהאַלטן בײַ די „װידוים‟, איז דער רבֿ געקומען.

דער עולם איז געװען זײער נײַגעריק צו װיסן, פֿאַר װאָס איז ער נישט געקומען צו „כּל־נדרי‟, יעדער האָט געװאָלט װיסן די סיבה. מע האָט זיך קױם דערװאַרט, אַז דער רבֿ זאָל ענדיקן דאָס דאַװנען און דעמאָלט האָט אים דער ראָש־הקהל געפֿרעגט מיט גרױס דרך־ארץ: „רבי, װאָס איז די מעשׂה, אַז איר זענט נישט געקומען צו כּל־נדרי?‟

האָט דער צדיק, ר’ רפֿאל, געענטפֿערט בתּמימות: „די מעשׂה, ליבער ייִד, איז אַזױ געװען. איך בין נישט געקומען צו כּל־נדרי, װײַל איך האָב מקײם געװען אַ װיכטיקע מיצװה, און דאָס איז ביקור־חולים. לעבן מײַן הױז װױנט אַ ייִד, אַ גרױסער ירא־שמים. איז ער זײער קראַנק געװאָרן, און איך קום צו אים יעדן טאָג צו זען װאָס ער מאַכט און געװױר װערן װעגן זײַן געזונט. פֿאַר כּל־נדרי בין איך אױך אַרײַן צו אים און דערזען, אַז ער איז זײער שװאַך און ליגט, נעבעך, אַלײן און קײנער איז נישטאָ. זײַן װײַב איז אַװעק אין שיל. בין איך מיט אים געזעסן ביז זײַן פֿרױ איז צוריקגעקומען פֿון שיל…‟