אַ װאָך צװײ נאָך סטאַלינס טױט.
װאָרקוטאַ, מאַרץ 1953. אַ זײגער פֿינף גאַנץ פֿרי האָט מען אונדזער בריגאַדע קױלנגרעבער אַרױסגעטריבן צו דער לאַגער־װאַכטע. ס׳איז נאָך געװען גאַנץ טונקל. דער קױטיקער שנײ האָט געקרעכצט אונטער די פֿיל מאָל געלאַטעטע שיך. ערשט אױפֿגעריסענע פֿון שװערן שלאָף, האָבן מיר זיך ממש געקאָרטשעט פֿון קעלט. דערצו נאָך האָט אַ פֿױלבלעך װינטל פֿאַרקליבן זיך דורך די צעפֿליקטע װאַטאָװע בגדים און אײַנגעגעסן זיך אין די בײנער.
דער בריגאַדיר האָט פּאַמעלעך גענומען אױסרופֿן און אױסצײלן אונדז פֿאַרן אַרױספֿירן אין דער אַרבעטס־זאָנע, דער “נאַריאַדטשיק” האָט פֿאַרצײכנט אױף זײַן ברעטל אַלע די, װעמען דער דאָקטער האָט אױף הײַנט באַפֿרײַט פֿון דער אַרבעט און אַ לאַגער־אױפֿזעער, אָדער װי מיר פֿלעגן אים רופֿן — אַ “װערטוכײַ”, האָט, װי געװײנלעך, מיט אַ פּאָר רוצחישע אױגן, װי ס׳פּאַסט פֿאַר זײַן אַמט, פֿול מיט פֿאַרדאַכט, נאָכגעשפּירט אָט די טױזנט מאָל צוגעגעסענע פּראָצעדור.
װען מען האָט אױסגערופֿן מײַן נאָמען, האָב איך שטיל און דײַטלעך (די דײַטלעכקײט האָט, מיר דאַכט, פֿאַרטױבט די אײגענע אױערן מײַנע) אַרױסגעזאָגט אײן װאָרט: “אָטקאַז!” דאָס באַטײַט, אַז איך זאָג מיך אָפּ אַרױסצוגײן אין דער אַרבעטס־זאָנע, כּדי אַראָפּלאָזן זיך אין דער שאַכטע. אַלע אַרומיקע האָבן אױפֿגעריסן אױף מיר די אױגן, װער — מיט חידוש, װער — מיט חוזק און װער — מיט פֿאַרבאָרגענער שרעק און באַדױערונג. בלױז דער מונדירטער “װערטוכײַ” האָט זיך װי דערפֿרײט, װאָס דער קרבן קריכט אַלײן אין זײַן צעשמוכטן פּיסק. — “האַ־האַ” — האָט ער כּמעט מיט תּענוג אַרױסגעזיפֿצט:
אָפּפֿירן דעם דאָזיקן אין בור!
די בוכשטעבלעכע איבערזעצונג פֿון “בור” איז אַ “באַראַק פֿון פֿאַרשטאַרקטן רעזשים” און דאָס איז אײגנטלעך אַ לאַגער־טורמע.
אין פֿאָדער־צימער פֿון “בור” האָט מען מיר תּיכּף אָנגעטאָן די באַרימטע האַנט־קײטעלעך, װעלכע האָבן אַ טבֿע מיט יעדער מינדסטער באַװעגונג אַלץ מער און מער אַרײַנשנײַדן זיך אין פֿלײש, אַזױ אַז די הענט װערן מיט דער צײַט װי פֿאַרשלאָפֿן, כּמעט פּאַראַליזירט. מע האָט מיר אױך באַפֿױלן זיך אַװעקשטעלן מיטן פּנים צו דער װאַנט.
אַ גאַנצע כאָפּטע “װערטוכײַען” האָבן זיך צונױפֿגעזאַמלט הינטער מײַנע פּלײצעס.
די ערשטע פֿראַגע: “פֿון װעלכער נאַציע ביסטו?”
אַ ייִד — האָב איך שטיל געענטפֿערט.
— אַזױ גאָר? אַ זשיד הײסט עס. — האָט אײנער זיך דערפֿרײט מיט אַ הײזעריקלעך געלעכטערל… — און אַזאַ העלד ביסטו?…
נײן, קײן העלד בין איך נישט געװען, כאָטש כ׳האָב גאַנץ גוט געװוּסט, אַז אָפּזאָגן זיך פֿון דער אַרבעט איז דאַן באַטראַכט געװאָרן ווי אַ שװערער פֿאַרברעכן. ס׳האָט זיך געקאָנט ענדיקן מיט אַ פּײַנלעך־לאַנגזאַמען מאָרד, אָדער — אין בעסטן פֿאַל — װעט מען אַװעקשיקן מיך מיט אַ שװערן עטאַפּ שױן אַ פֿולשטענדיק צעקאַליעטשעטן אינװאַליד.
קײן אַנדער אױסװעג האָב איך אָבער נישט געהאַט. איך האָב שױן אָפּגעריכט העכער צװײ יאָר באמת קנעכטישער אַרבעט צו 12 שעה אַ טאָג, אױסהאַקנדיק גאַנצע בערג שטײנקױלן, “שװאַרץ גאָלד צוליב דעם סאָציאַליסטישן פֿאָטערלאַנד”… צוריק מיט אַ דרײַ װאָכן האָט מען מיך אַרױסגעטראָגן פֿון שאַכטע־קבֿר אַ פֿאַרחלשטן, אין גאַנצן אַן אױסגעפּרעסטן פֿון שװערער מי און פֿון הונגער־דיסטראָפֿיע. מע האָט מיר געגעבן אַ ביסל זיך אױסליגן אין הײל־סטאַציאָנאַר און קומען עטװאָס צו זיך. נאָך דעם האָט אַ מעדיצינישע קאָמיסיע באַשטימט באַפֿרײַען מיך פֿון שאַכטע־אַרבעט, ס׳האָט אָבער װײניק װאָס געהאָלפֿן. מײַן גורל איז פֿון פֿאָרױס באַשטימט געװאָרן דורך מײַנע קאַ־גע־בע־פֿאָרשערס אין מאָסקװע. “אױסנוצן אױף די שװערסטע אַרבעטן” — אַזױ איז פֿאַרשריבן געװאָרן אין מײַן פּערזענלעכן פֿאָרמולאַר. האָט מען מיך טאַקע איצט װידער אײַנגעשלאָסן אין אַ קױלנגרעבער־בריגאַדע. אָבער אַראָפּלאָזן זיך אױף ס׳נײַ אין דער פֿאַרהאַסטער שאַכטע, כּדי דאָרטן במילא אומקומען, האָט דאַן פֿאַר מיר אױסגעזען פֿיל ערגער פֿון אַלע עקזעקוציעס אױף דער װעלט…
אין פֿאָדערהױז פֿון “בור” בין איך גוטע צװײ שעה אָפּגעשטאַנען מיטן פּנים צו דער װאַנט, מיט פֿאַרקײטלטע הענט, ביז ס׳איז ענדלעך געקומען אַ לאַגער־אָפֿיציר, װאָס האָט אָן לאַנגע צערעמאָניעס גלײַך צונױפֿגעשטעלט אַן אױספֿאָרשונגס־פּראָטאָקאָל. דערנאָך האָט מען מיך אױסגעטאָן ביזן העמד און אַרײַנגעשלײַדערט אין אַ פֿראָסטיקער אײנצלקאַמער־גרוב…
צו מײַן גרױס װוּנדער האָט מען זיך דערװײַל באַנוגנט בלױז מיט דעם.
אױב אַזױ, האָב איך באַשטימט אַ ביסל דרײסטער צו זײַן — כ׳האָב געמאָלדן — ביז ס׳װעט נישט אױסהערן מײַנע טענות דער לאַגער־שעף פּאָלקאָװניק בגאַנקאָ, דערקלער איך אַ הונגער־שטרײַק.
— הונגער, הונגער, װעסטו גיכער פּגרן! — האָט אַ לאַך געטאָן דער “װערטוכײַ”, צוריקנעמענדיק די טאָגנאָרמע פֿאַר אַן אַרעסטאַנט — דאָס שטיקל שװאַרץ זױער און לעפּקע ברױט פֿון 250 גראַם און אַ קװאָרט לעבלעך װאַסער.
אַװדאי האָט מיך געפּײַניקט דער אומדערטרעגלעכער הונגער און אפֿשר נאָך מער — די קעלט. אָבער שװערער פֿון אַלץ איז געװען זיך אָפּזאָגן פֿון ביסל לעבלעכן װאַסער. ס׳האָט זיך געדאַכט: בלױז צוטראָגן די דאָזיקע מוטנע פֿליסיקײט צו די ליפּן, און ס׳װעט געלאָשן װערן נישט נאָר דער דאָרשט, נאָר ס׳װעלן אױך פֿאַרשװינדן דער הונגער און די קעלט.
“אין קײן שום אָרט פֿליט נישט אַזױ די צײַט װי אין תּפֿיסה — זאָגט ערגעץ איװאַן טורגעניעװ און גיט דערבײַ צו — אין רוסלאַנד אױך”…
די ערשטע טעג האָבן זיך געצױגן אַזױ, גלײַך די צײַט װאָלט פֿאַרגליװערט געבליבן… דערנאָך האָט אַלץ אָנגעהױבן פֿליִען אין אַ משונהדיקן גאַלאָפּ. נישט נאָר די קעלט איז מילדער געװאָרן, װײַל עמעצער פֿון מײַנע דרױסנדיקע פֿרײַנד האָט אונטערגעקױפֿט דעם טורמע־אױפֿזעער מע זאָל מיר אַרײַנװאַרפֿן מײַן װאַטאָװע בושלאַט. כ׳האָב שױן אױך אױפֿגעהערט שפּירן הונגער און דאָרשט. כ׳בין געלעגן גאַנצע מעת־לעתן האַלב אין דרימל און צװישן אײן האַלוצינאַציע און דער צװײטער, זענען די געדאַנקען געפֿלאָסן װי קײן מאָל פֿריִער פֿריש און לױטער. מיר דאַכט, כ׳האָב דאַן אַפֿילו פֿאַרשריבן אַ פּאָר נײַע לידער אין זכּרון.
פֿאַרגעדענקט האָט זיך אײנער אַ חלום אױף דער װאָר: איך געפֿין מיך אין דעם גוט־באַקאַנטן פֿאָרזאַל פֿון מאָסקװער ייִדישן טעאַטער. כ׳שטײ אָנגעשפּאַרט אױף די דעמבענע פּאָרענטשעס פֿון גאַרדעראָב. ס׳דרײט זיך אַרום אַ פֿאַרזאָרגטער עולם, אָבער סע שפּירט זיך פֿאָרט עפּעס אַ מין אױפֿגעלײגטקײט און עפּעס אַ גרױסע דערװאַרטונג. פּלוצעם גיבן זיך אַלע אַ קער צו די ברײטע מירמלנע טרעפּ, װעלכע פֿירן פֿון פֿאָיע אַראָפּ צו, אַהער. און אָט באַװײַזט זיך אױף די טרעפּ נישט קײן אַנדערער װי שלמה מיכאָעלס, אָנגעטאָן, װי שטענדיק, בעת אַ גרױסן יום־טובֿ, אין זײַן ענגלישן סמאָקינג, אַרומגערינגלט מיט פֿרײַנד און קאָלעגן, שפּאַנט ער צו אונדז מיט פֿײַערלעך־גראַציעזע טריט. דאָס ליבע הײמישע פּנים מיט די קלוגע קנײטשעלעך אַרום די שטראַלנדיקע אױגן, די באַרימטע אַרױסשטאַרצנדיקע אונטערשטע ליפּ, — אַפֿילו די פֿליִענדיקע קרײַזלעך האָר אַרום דעם שײַנענדיקן סאָקראַטעס־קאָפּ, אַלץ איז פֿול מיט לעבן, מיט אימפּעט און מיט אײַנגעהאַלטענער פֿרײד. ענדלעך קומט ער אַראָפּ און צו יעדן באַזונדערס גײט ער צו מיט אַ ברײטן שלום־עליכם, דריקט אַ האַנט, נאָך אַ ביסל און אױך מײַן האַנט דערשפּירט שױן די װאַרעמקײט פֿון זײַן דלאָניע פֿון זײַנע פֿעסטע דיקלעכע פֿינגער:
— מזל־טובֿ! מזל־טובֿ, חבֿרים!
ס׳װערט מיר אױסערגעװײנטלעך גוט. גוט און װױל, װי אפֿשר קײן מאָל אין לעבן מער… און פּלוצעם שנײַדט זיך מיר אײַן אין דער זעלבער האַנט אַ מוראדיקער װײטיק און װי דורך אַ נעפּל האָב איך דערזען איבער זיך דעם דאָקטער באַרוליס, פּונקט אַזאַ אַרעסטאַנט װי איך. ער האָט מיט מיטלײַד באַטראַכט, מײַנע פֿון די קײטעלעך פֿאַרשטאָרבענע הענט.
כ׳בין שױן װידער געלעגן אין הײל־סטאַציאָנאַר. די ערשטע זאַך װאָס דער דאָקטער האָט מיר געזאָגט: מען האָט אײַך נעכטן געבראַכט אַהער נאָך נײַן מעת־לעת הונגערן, און צי װײסט איר אַז גראָד נעכטן, האָט מען אָפֿיציעל, דורך דער ראַדיאָ, געמאָלדן, אַז ס׳זענען רעהאַביליטירט די ייִדישע דאָקטױרים?
ס׳איז בטל געװאָרן די גזירה! — האָט דער צעשמײכלטער ליטװינער געפּרוּװט ברעכן זײַן צונג אױף ייִדיש און קױם באַרירנדיק די האַנט מײַנע, האָט ער שטיל און דורכדרינגלעך באַגריסט מיך:
— מזל־טובֿ!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.