Oyneg Shabes

אַ קיצל צום לאַכן

Tickly My Toes

  • Print
  • Share Share

אַ קאָנקורענטס עצה

אין העקסלמאַנס באַוווּסטן רעסטאָראַן אין וואַרשע (נאַלעווקי 15) איז אַ מאָל אַרײַנגעקומען אַ ייִד און אָפּגעגעסן אַ גוטן מאָלצײַט. ווען ס׳איז געקומען צו באַצאָלן האָט ער זיך „אַרומגעזען‟, אַז ער האָט קיין געלט ניט. העקסלמאַן אַליין האָט מיט אים אַ סך אַרײַנגעטענהט, אָבער עס האָט ניט געהאָלפֿן — ער האָט ניט.

— הערט זיך אײַן, ר׳ ייִד, — זאָגט העקסלמאַן, — איך זע דאָך, אַז איך בין אַרײַנגעפֿאַלן, און איך לאָז אײַך אָפּ. אָבער איר מוזט מיר צוזאָגן, אַז מאָרגן וועט איר קומען דאָ קעגנאיבער, צו מײַן קאָנקורערנט לערערס רעסטאָראַן, און דאָרטן אָפּטאָן דאָס זעלבע שפּיצל.

— איך וועל אײַך זאָגן דעם אמת, — ענטפֿערט דער אורח, — בײַ לערערן בין איך שוין געווען נעכטן, און ער האָט עס מיך טאַקע געשיקט צו אײַך…


גוט זיך אָפּגערעכנט

אַן אַלטער ייִד איז אַרײַנגעקומען אין אַ באַן, פֿול געפּאַקט מיט מענטשן, און קיין פּלאַץ ניט געפֿונען וווּ צו זעצן זיך. נאָר איין פּלאַץ, האָט ער באַמערקט, איז פֿאַרנומען בלויז מיט אַ טשעמאָדאַן.

— איז דער פּלאַץ פֿון עמעצן פֿאַרנומען? — פֿרעגט ער דעם מאַן, וואָס איז געזעסן לעבן דעם טשעמאָדאַן.

— יאָ, — ענטפֿערט יענער, — דער מאַן פֿון טשעמאָדאַן איז בלויז אַרויסגעגאַנגען אין וואָקזאַל קויפֿן אַ צײַטונג.

— נו, פֿאַרפֿאַלן, — זאָגט דער אַלטער, — וועל איך שוין מוזן שטיין. — און בלײַבט שטיין לעבן טשעמאָדאַן, כאָטש ער האָט חושד געווען, אַז דער טשעמאָדאַן געהערט צום מאַן וואָס זיצט לעבן אים.

אין עטלעכע מינוט אַרום האָט די באַן זיך גערירט פֿון אָרט, אָבער קיין „מאַן פֿון טשעמאָדאַן‟ האָט זיך ניט באַוויזן.

— איר זעט, — זאָגט דער אַלטער צום עגאָיִסטישן מאַן בײַם טשעמאָדאַן, — אײַער שכן האָט נעבעך פֿאַרזאַמט די באַן און אָט פֿאַרלירט ער זײַן טשעמאָדאַן אויך. אַ רחמנות, מען מוז אים אַרויסהעלפֿן. — און בײַ די רייד כאַפּט ער דעם טשעמאָדאַן און וואַרפֿט אים אַרויס דורכן פֿענצטער.


ס׳איז ניט געהערט געוואָרן

צוויי פֿרויען האָבן זיך צוזאַמענגעטראָפֿן אין אַ טומלדיקער גאַס און געהאַט אַזאַ שמועס:

— הײַנט איז ווינטיק.

—ניין, הײַנט איז ניט דינסטיק, נאָר דאָנערשטיק.

— איך בין טאַקע אויך דאָרשטיק — לאָמיר גיין טרינקען אַ סאָדע.