די סליחות־טעג, און שפּעטער — די טעג פֿון רחמים און תּשובֿה פֿאָדערן פֿון אונדז, ייִדן, אַ באַזונדער װאַרעמע און פֿרײַנדלעכע באַציִונג צו יענע מוטיקע מענטשן, װעלכע זײַנען צוגעשטאַנען צום ייִדישן פֿאָלק. צו זײַן אַ ייִד, װי באַװוּסט, איז בכלל נישט קײן לײַכטע זאַך, אָבער צו זײַן אַ גר איז אַװדאי אַ סך שװערער.
הײַנטיקע צײַטן, װען עס האָבן זיך פּלוצעם אומגעקערט אױף דער װעלט די כּמעט פֿאַרגעסענע רעליגיעזע און קולטורעלע מלחמות, װעט זײַן גאָר ניט איבעריק, אַז יעדער אײנער פֿון אונדז זאָל זיך דערמאָנען אין די מוטיקע און געטרײַע גרים, װעלכע האָבן אַרױפֿגעלײגט אױף זיך דעם שװערן עול צו זײַן אַ ייִד. אַ מעשׂהלע פֿון די גאָר װײַטע רױמישע צײַטן דערצײלט אַ געשיכטע פֿון אײנעם אַ גר, אַ פּשוטן פּױער, װעלכער איז געװאָרן אַ באַקאַנטער און בכּבֿודיקער תּנא.
אַ פּשוטער ייִד אַ פּױער האָט געהאַט אַ בהמה, און ער פֿלעגט מיט איר יעדן טאָג אַרבעטן אין פֿעלד, אָבער ווען עס פֿלעגט קומען שבת, פֿלעגט ער די בהמה לאָזן רוען. אַ צײַט שפּעטער האָט דער ייִד פֿאַרלױרן זײַנע גיטער און איז געװאָרן אַ גרויסער אָרעמאַן. האָט ער געמוזט די בהמה פֿאַרקויפֿן, און אָפּקױפֿן האָט די בהמה אָפּגעקויפֿט אַ גוי אַ פּױער. דער גוי האָט מיט דער בהמה געאַקערט זעקס טעג אַ װאָך, אָבער, אַז עס איז געקומען שבת, האָט די בהמה ניט געוואָלט גײן אין סאָכע. דער גוי האָט די אָרעמע באַשעפֿעניש געשלאָגן מכּות־רצח, שיִער נישט דערהרגעט אויף טויט, אָבער די בהמה האָט זיך ניט גערירט פֿון אָרט.
ווען דער גוי האָט דערזען, אַז ער קען מיט איר גאָרנישט מאַכן, איז ער אַוועק צום ייִדן און געזאָגט: „קום און נעם צוריק דײַן בהמה. זעקס טעג האָב איך מיט איר געאַרבעט, און אַז ס’איז געקומען שבת און איך האָב זי אַרויסגעפֿירט אין פֿעלד צו אַקערן די ערד, האָט זי זיך אַוועקגעלייגט אונטערן יאָך און נישט געוואָלט טאָן קיין שום אַרבעט. איך האָב זי געשלאָגן, שיִער נישט געממיתט, אָבער עס האָט נישט געהאָלפֿן.‟
װען דער ייִד האָט דאָס דערהערט, האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז די בהמה האָט נישט געוואָלט אַרבעט, ווײַל זי איז געווען געוווינט צו רוען אום שבת. האָט דער ייִד געענטפֿערט: „קום, און איך װעל זי אַוועקשטעלן אויף די פֿיס און כ’װעל טאָן אַלץ, אַז זי זאָל יאָ אַקערן.‟
װען דער ייִד איז צוגעקומען צו דער בהמה, האָט ער איר אַרײַנגעזאָגט אין אויער אַרײַן: „אוי, דו טײַערע בהמה מײַנע… אַז דו ביסט געווען בײַ מיר, האָסטו אָפּגעהיט דעם שבת, אָבער איצט, צוליב מײַנע זינד, בין איך געווען געצוווּנגען דיך פֿאַרקויפֿן צו אָט דעם־אָ מאַן. בעט איך דיך, אַז דו זאָלסט טאָן לױטן ווילן פֿון דײַן נײַעם באַלעבאָס‟.
ווי נאָר דער ייִד האָט דאָס אַרױסגעזאָגט, האָט די בהמה זיך אויפֿגעשטעלט אױף די פֿיס און איז געווען גרײט צו אַרבעטן. האָט דער גוי געזאָגט צום ייִד: „זאָג מיר, האָסטו איר אָפּגעטאָן עפּעס אַ כּישוף? איך וועל דיך נישט לאָזן אַוועקגײן ביז דו װעסט מיר נישט זאָגן וואָס דו האָסט דער בהמה געטאָן, אָדער וואָס דו האָסט איר אײַנגערױמט אין אױער אַרײַן.‟
האָט דער ייִד אים איבערגעזאָגט דאָס, װאָס ער האָט אײַנגערױמט דער בהמה אין אױער אַרײַן. ווען דער גוי האָט דאָס דערהערט, איז ער געבליבן שטײן אַ פֿאַרציטערטער, און גלײַך געמאַכט אַזאַ רעכענונג: מה דאָך?… אַ בהמה, װאָס האָט נישט קיין שׂכל און אױך קײן פֿאַרשטאַנד נישט, האָט אָנערקענט דאָס געבאָט פֿון איר באַשעפֿער?… הײַנט איך, אַ מענטש, וואָס איז באַשאַפֿן געוואָרן אין גאָטס געשטאַלט, און ער האָט מיר געגעבן שׂכל און פֿאַרשטאַנר, דאַרף איך דאָך געוויס אָנערקענען מײַן באַשעפֿער.
גלײַך נאָך דעם האָט דער פּױער זיך מגייר געווען. דאָס גאַנצע לעבן זײַנס האָט ער געלערנט תּורה און שפּעטער איז ער באַקאַנט געוואָרן אונטערן נאָמען חנינא בר־תּורתא.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.