מײַנע ליבע דאַמען און הערן, עס קומט אונדז אַ קרומער מזל־טובֿ: די װיסנשאַפֿטלער־עקאָלאָגן האָבן געמאָלדן דער העלער װעלט, אַז פֿון דעם 19טן אױגוסט 2014 אָן האָבן מיר, די מענטשן, אָנגעהױבן צו לעבן אױף קרעדיט. װאָס זאָל עס הײסן? הײסן הײסט עס, אַז די מענטשן, װי אױך די בהמות, אַרבעטן אױס מער קױלנזױער־גאַז װי די נאַטור — די װעלדער און די אָקעאַנען — קענען איבעראַרבעטן און נײטראַליזירן. און די סיבה דערױף איז ניט נאָר, אַז מיר פּראָדוצירן אַ סך אָרגאַנישן מיסט און גיפֿטיקע גאַזן, נאָר די הױפּט־סיבה איז, אַז מיר פֿאַרניכטן די נאַטירלעכע נײטראַליזאַטאָרן, דהײַנו, די גרינע מאַסע און די לױטערע װאַסערן, װעלכע אַרבעטן איבער די „פּראָדוקטן‟ פֿון מענטשנס לעבנס־טעטיקײט. אין דער ערשטער רײ גייט די רייד װעגן די װעלדער, װעלכע װערן אױסגעהאַקט; װעגן די טײַכן, װעלכע װערן פֿאַרשמוציקט מיט כּלערלײ גיפֿטיקע שטאָפֿן; װעגן דער ערד, װעלכע װערט פֿאַרסמט מיט פּעסטיצידן; װעגן דער לופֿט, װעלכע װערט ענלעך אױף אַ שמוציקן זױער־נעפּל… צום באַדױערן, די רשימה איז צו לאַנג…
די מעשׂה מיט די עקאָלאָגישע פּראָבלעמען איז אָבער גאָר ניט קײן נײַע. די דאגות װעגן די שיטות פֿון צערן די מענטשן זײַנען אַלט װי די װעלט; נאָך מיט טױזנט פֿינף הונדערט יאָר צוריק איז פֿאַרשריבן געװאָרן אַ ייִדיש מעשׂהלע, װעלכע איז געבױרן געװאָרן אין די גן־עדן־צײַטן. און די מעשׂה שהיה כּך היה…
אױף דער ערד איז פֿון הימל דערגאַנגען אַ גוטע בשׂורה, אַז דער אײבערשטער גרײט זיך צו באַשאַפֿן פֿאַר אָדמען אַ חבֿרטע, חװה, און אין גיכן װעלן זײ דערשמעקן, װאָס איז אַזױנס אַ ליבע. װען די ערד האָט זיך דערװוּסט, אַז אָדם און חװה װעלן האָבן קינדער און זײ װעלן זײַן פֿול אומעטום, האָט זי, די ערד, אָנגעהױבן צו ציטערן און טרײסלען זיך, און זי האָט זיך געקלאָגט פֿאַר איר באַשעפֿער: „רבונו־של־עולם, האַר פֿון אַלע װעלטן, איך האָב קײן כּוח ניט צו שפּײַזן די סטאַדעס שעפּסן פֿון די מענטשן!‟
און זײ זײַנען געקומען צו אַ הסכּם, און זײ האָבן זיך צעטײלט אין זײערע זאָרגן צו צערן די העלע װעלט מיט אירע באַװױנערס; די נאַכטזאָרגן זײַנען געבליבן בײַם אײבערשטן און די טאָגזאָרגן זײַנען איבערגעגאַנגען צו דער ערד.
װאָס האָט דער אײבערשטער געטאָן?… ער האָט באַשאַפֿן דעם שלאָף, װאָס גיט לעבן, דהײַנו: דער מענטש ליגט בײַ נאַכט און דער שלאָף שפּײַזט אים, הײלט אים און גיט אים לעבנס־כּוח און רו; און אױף אַזאַ אופֿן און אין דער זעלבער צײַט שטיצט דער אײבערשטער די ערד, און ער לעשט איר דאָרשט מיט וואַסער, און זי גיט אירע פּירות און שפּײַז צו אַלע לעבעדיקע באַשעפֿענישן.
אָבער דעם מענטשן קומט אָן דער ביסן שװער און מיט אַ סך מי. האָט דער אײבערשטער אױף אים רחמנות באַקומען און האָט אױף אים אַרױפֿגעװאָרפֿן אַ טיפֿן שלאָף. איז אָדם אײַנגעשלאָפֿן. און דער אײבערשטער האָט בײַ אים גענומען אַ בײן פֿון זײַנע בײנער און האָט אים געמאַכט אַ העלפֿערין, און האָט זי אַװעקגעשטעלט לעבן אים. װען אָדם האָט זיך אױפֿגעכאַפּט פֿון שלאָף און ער האָט זי דערזען, האָט ער זי אַרומגענומען און געגעבן אַ קוש, און געבענטשט.
אין זעקס טױזנט יאָר אַרום נאָך דער־אָ שײנער פּרשה זײַנען געבױרן געװאָרן צװײ פֿרישינקע גרינע באַװעגונגען: די „היפּי‟־באַװעגונג מיט איר לאָזונג: „מאַכט ליבע און ניט קײן מלחמות‟, װי אױך די עקאָלאָגישע באַװעגונג מיטן לאָזונג: „מאַכט לעבן, נאָר ‘באַמאַכט’ ניט די ערד‟. זײער קראַפֿט, אָבער, איז אַ קראַפֿט פֿון אַ פּיצל קינד. די כּל־מיני מיליטאַנטישע פֿאַנאַטיקער און די געלטזעק האָבן די ראַציאָנאַלע טענות און װאָרענונגען פֿון די „גרינע‟ אין דער לינקער פּיאַטע. זיי זײַנען ממשיך חרובֿ צו מאַכן די בידנע ערד. אָבער, סײַ װי, מײַנע ליבע דאַמען און הערן, װען איר װעט זיך זעצן צום עונג־שבת, האָט, ביטע, אין זינען, אַז זינט דעם 19טן אױגוסט 2014 אָן לעבן מיר אַלע אױף קרעדיט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.