עס איז געװען אַ לאַנגע גאַס. אין דעם ייִדישן קלײנשטעטל האָט די גאַס זיך גערעכנט פֿאַר דער לענגסטער. זי האָט פֿאַרמאָגט פֿערציק הײַזלעך, אױסער דער חורבֿה, אין װעלכער קײנער האָט שױן זינט צען יאָר ניט געװױנט. די אײַנװױנער פֿון דער גאַס זײַנען געװען דורכױס ייִדן. דער אײנציקער גױ, װאָס איז געװען אין גאַס, איז אױך געװען אַ האַלבער ייִד: גערעדט ייִדיש, געהאַלטן פֿון אַ סך ייִדישע מינהגים און האָט געװױנט אין אַ ייִדיש שטיבל, װוּ בײַ דער טיר איז געװען צוגעשלאָגן אַ מזוזה; אַזױ, אַז די ייִדישע אָרעמע־לײַט, גײענדיק איבער די הײַזער, פֿלעגן זײַן שטיבל אױך ניט דורכלאָזן און פֿלעגן אַמאָל כאַפּן בײַ אים — ניט אין אַ יקרות־יאָר —אַ צװײ־דרײַ קאַרטאָפֿל…
די דאָזיקע גאַס האָט געהאַט צװײ ברונעמס. אױך האָט די גאַס געהאַט אַן עירובֿ, צװײ גריבער, װוּ די קינדער פֿלעגן זיך אין זאַמד שפּילן, און צװײ גאַנץ טיפֿלעכע רינשטאָקן בײַ די זײַטן פֿון דער גאַס.
עס פֿאַרשטײט זיך, אַז די לאַנגע גאַס, װאָס איז געװען באַזעצט מיט ייִדן, איז ניט געװען אײַנגעטונקט אין בײמער. די ייִדן, װאָס האָבן אַלע גוט לערנען געקענט, האָבן געװוּסט, אַז אַמאָל, אין ארץ־ישׂראל, איז יעדער ייִד געזעסן אונטער זײַן װײַנשטאָק און פֿײַגנבױם. אױך האָבן זײ געװוּסט פֿון די צעדערבײמער אין װאַלד לבֿנון און פֿון נאָך אַנדערע בײמער, װאָס װערן אױסגערעכנט אין פּסוק… דאָ אָבער, אין חוץ־לאָרץ, האָבן זײ װײניק געװוּסט פֿון בײמער, ניט קלאָר פֿאַרשטאַנען, װי אַזױ װאַקסט עס אױס אַ בױם. צװישן די חדר־ייִנגלעך נאָר איז אומגעגאַנגען אַ סוד, אַז אױב מען זאָל פֿאַרזײען די קערנדלעך פֿון אַן עפּל אין דער ערד, קאָן אין אַ צײַט אַרום אױסװאַקסן אַ בױם, נאָר עס איז מער ניט געװען װי אַ קלער, קײן אמתע אמונה האָבן די חדר־ייִנגלעך דערין ניט געהאַט און האָבן זיך אַפֿילו געפֿױלט צו מאַכן אַ פּרוּװ אײַנצוזעצן אַזעלכע קערנדלעך.
און די לאַנגע גאַס האָט טאַקע אַן אײנציקן בױם געהאַט, און יעדערן איז געװען אַ װוּנדער װי אַזױ קומט דער בױם אַהער.
דער בעל־הבית פֿון דעם בױם, חײם־יאַנקל דער שנײַדער, האָט אױך ניט קלאָר געװוּסט, װער האָט דעם בױם פֿאַרפֿלאַנצט, און װי אַזױ ער איז אױסגעװאַקסן. זײַן טאַטע האָט עס געװיס ניט געטאָן, װײַל אַז חײם־יאַנקל איז נאָך אַ ייִנגל געװען, איז שױן דער בױם געװען אַזױ גרױס און דיק, װי איצטער. חײם־יאַנקלס “נחלה” איז אים איבערגעגאַנגען בירושה אַװדאי פֿון אַ זעקסטן דור, אפֿשר האָט די נחלה אַמאָל געהערט צו אַ גױ און דער גױ האָט אים פֿאַרפֿלאַנצט?
נאָר, װי די מעשׂה זאָל ניט זײַן, אַזױ צי אַנדערש, די “לאַנגע” גאַס האָט געהאַט אַ בױם, און דער בױם איז געװען חײם־יאַנקל דעם שנײַדערס. געװאַקסן האָט דער בױם נעבן שטיבל, האַרט בײַם פֿענצטער, װאָס האָט צו דער גאַס אַרױסגעקוקט, און חײם־יאַנקל פֿלעגט בשעתן נײען קאָנען קוקן אױף זײַן בױם, װעלכן ער האָט ליבער געהאַט װי אַלץ אין דער װעלט.
אין האַרבסט, װען דער װינט פֿלעגט בלאָזן, פֿלעגן דעמאָלט די צװײַגן זיך שאָקלען און רױשן טרױעריק אין פֿענצטער אַרײַן, װי זײ װאָלטן װעלן עפּעס אַן אומעטיקע לאַנג־נאָגנדיקע מעשׂה חײם־יאַנקלען דערצײלן, און דעמאָלט פֿלעגט חײם־יאַנקל אומעטיק װערן, די נאָדל פֿלעגט װי װעלן אַרױסשפּרינגען פֿון די פֿינגער, ביז ער פֿלעגט זי אין גאַנצן פֿון האַנט אַרױסלאָזן, אָנלענען זיך צום פֿענצטער און פֿאַרטראַכטערהײט אונטערברומען מיט אַ האַלב־צעבראָכענעם קול:
אַז בהלוך ירמיהו
על קבֿרי אָבֿות…
און אין שטיבל פֿלעגן זיך דעמאָלט הערן װי שטילע טריט פֿון מתים…
זומער אָבער, פֿלעגט דער בױם מער רושם מאַכן אױף חײם־יאַנקלען: “מלאָכה” איז געװען װײניק, צײַט צו פֿאַנטאַזירן מער, און ער פֿלעגט אין דער לײדיקער צײַט ליגן אונטערן בױם. די צװײַגן פֿלעגן שטיל, פֿאָרזיכטיק רױשן, אַ פֿױגל פֿלעגט זיך אַמאָל פֿאַרגנבֿענען אױף זײ און טשיריקן, און חײם־יאַנקל פֿלעגט דעמאָלט צומאַכן די אױגן און קלערן און טראַכטן פֿון עפּעס העכערס, װי שער־און־אײַזן…
אין זומערדיקע שבתים, אַז עס פֿלעגט הײס זײַן, פֿלעגן אַמאָל קומען נאָנטע שכנים זיך אױסרוען אונטערן בױם נאָכן טשאָלנט.
דעמאָלט פֿלעגט חײם־יאַנקל האָבן גרױס כּבֿוד. עס פֿלעגט אױך קומען טובֿיה דער גמרא־מלמד, אַ הױכער דאַרער ייִד מיט אײַנגעפֿאַלענע באַקן. טובֿיה פֿלעגט רעדן זײער שטיל, בנעימותדיק און חײם־יאַנקל האָט אים זײער געשעצט.
װעלן מיר אַ ביסעלע אָפּרוען אונטער בױם, ר׳ חײם־יעקבֿ! —פֿלעגט טובֿיה שטיל אַרױסרײדן, אױסציִענדיק זיך מיט אַ מידן שמײכל אונטערן בױם און ניט קוקן חײם־יאַנקלען אין פּנים בשעתן רעדן.
אָך, מיטן גרעסטן כּבֿוד, ר׳ טובֿיה! — פֿלעגט חײם־יאַנקל כּמעט װי אױסשרײַען, — מיטן גרעסטן כּבֿוד! — רוט אײַך אָפּ, מהיכא־תּיתי!
כּי האָדם עץ־השׂדה, — פֿלעגט טובֿיה אַרײַנקומען אין אַ שטימונג, ליגנדיק אונטערן בױם — אַ בױם, ר׳ חײם־יאַנקל, איז געגליכן צו אַ מענטשן.
און חײם־יאַנקל פֿלעגט אױפֿהײבן די אױגן, באַטראַכטן די צװײַגן פֿון בױם, דעם שטאַם, װי ער װאָלט געזוכט אַן ענלעכקײט צװישן אַ מענטש מיט אַ בױם. קײן גרױסע ענלעכקײט פֿלעגט ער ניט געפֿינען. דאָך פֿלעגט ער ענטפֿערן:
אַװדאי, װאָס דען, ר׳ טובֿיה?
אַ בױם לעבט אָבער לענגער, װי אַ מענטש! — פֿלעגט ר׳ טובֿיה באַלד סותר זײַן זײַנע װערטער און פֿלעגט זיך פֿונאַנדערהוסטן. געהוסט האָט ר׳ טובֿיה לאַנג און שװער. און יעדער הוסט האָט חײם־יאַנקלען אָפּגעקלונגען װי אַ שטימע, װאָס רעדט:
דער בױם װעט אונדז אַלעמען איבערלעבן…
אױך פֿלעגט קומען אָפּרוען אונטערן בױם זרח ברײַנעס, דער “נגיד” פֿון גאַס. נײען בגדים פֿלעגט זרח בײַ אַ צװײטן שנײַדער, נאָר חײם־יאַנקל פֿלעגט זיך ניט נוקם זײַן אין אים, זיך ניט באַניצט מיט זײַן שטאַרקײט, װאָס ער קאָן אים פֿון זײַן בױם אַװעקטרײַבן; אַדרבא, ער פֿלעגט אים שײן צונעמען, װי ער װאָלט װעלן דעם נגיד באַװײַזן, אַז ער באַשטײט ניט אָן זײַן מלאָכה…
אַ װױלער בױם, — פֿלעגט ר׳ זרח לױבן, באַטראַכטנדיק דעם שטאַם — אַזאַ בױם, מע זאָל צעהאַקן, קאָן קלעקן אױף אַ װינטער הײצן… מיר איז אַ חידוש, װאָס דו צעהאַקסט אים ניט, חײם־יאַנקל?…
חײם־יאַנקל פֿלעגט װערן אָנגעצונדן פֿון אַזאַ פֿאָרלײגונג: “אַ חזיר”, װאָלט אַלץ װעלן אױפֿעסן! — פֿלעגט ער אין האַרצן טראַכטן, נאָר ר׳ זרחן פֿלעגט ער ענטפֿערן אײדעלער:
מע טאָר ניט האַקן, ר׳ זרח! מע טאָר ניט! עס איז אַפֿילו אַ זינד צו זאָגן אַזױנס. אַ בױם, זאָגט ר׳ טובֿיה, איז װי אַ מענטש…
כּי האָדם עץ־השׂדה! — פֿלעגט טובֿיה אונטערזאָגן װי פֿון שלאָף.
עט, נאַרישקײטן, עס איז נאָר אַ משל!… — פֿלעגט דער “נגיד” אַ מאַך טאָן מיט דער האַנט… נו, מע דאַרף אַ דרעמל טאָן, װעסט מיך “אַ װעק” טאָן אַ זײגער דרײַ, װעל איך מיר גײן טרינקען אַ גלעזל “װאַרעמס”…
* * *
אײן חסרון האָט אָבער דער בױם געהאַט: עס האָט אױף אים פּרות געװאַקסן, און דאָס האָט אים און חײם־יאַנקלען געשאַט.
האָבן אָבער אױפֿן בױם געװאַקסן נאָר װילדע עפּעלעך. עסן האָט מען זײ געקאָנט ערשט שפּעט אין װינטער, װען זײ װערן, ליגנדיק אױפֿן בױדעם, שטאַרק איבערגעפֿרױרן. אַפֿילו דעמאָלט איז אױך אױף שׂונאים געזאָגט זײער טעם, װאָס זײ האָבן. די גאַנצע מעלה פֿון די עפּעלעך, װאָס זײ זײַנען אַ רפֿואה צו טשאַד, און פֿרײדע, חײם־יאַנקלס װײַב, פֿלעגט טאַקע מיט די דאָזיקע עפּעלעך אָפּראַטעװען דאָס גאַנצע געזינד, װען מע פֿלעגט װינטערצײַט פֿון די פּרעסלעך די קעפּ פֿאַרטשאַדען…
די גאַסן־ייִנגלעך אָבער האָבן ניט געקוקט, װאָס די עפּעלעך זײַנען װילדע. זײער געלט זײַנען זײ װערט געװען… װי עס פֿלעגט קומען אָנהײב אלול און די עפּעלעך פֿלעגן באַקומען אַ געהעריקע צורה, פֿלעגן זײ יעדן נאָכמיטאָג, יעדן “בין מינחה למעריבֿ” באַלאַגערן דעם בױם, װאַרפֿן אױף די שפּיצן צװײַגן, װוּ די עפּעלעך האָבן געדיכט געװאַקסן, מיט העלצער, שטײנער, און מיט גערױש און געפּילדער פֿלעגן זײ אָנלײגן פֿולע קעשענעס מיט רױב.
דערזעענדיק די מחנה קינדער בײַם בױם, פֿלעגט חײם־יאַנקלען אָנהײבן ציטערן הענט און פֿיס, ער פֿלעגט װי אַן אָפּגעבריטער אַרױסלױפֿן פֿון שטוב, אַראָפּװאַרפֿנדיק דאָס שטיקל אַרבעט פֿון דער האַנט אױף דער ערד און פֿלעגט שרײַען:
שקצים, װאָס װילט איר פֿון דעם בױם, איך װעל אײַך ממית זײַן! אַװעק׳ט!!!
די גאַסן־ייִנגלעך פֿלעגן זיך לכתּחילה דערשרעקן און מיט אַ געפּילדערײַ און פֿײַפֿערײַ זיך לאָזן אַנטלױפֿן. אין אַ װײַלע אַרום, אַז זײ פֿלעגן באַמערקן, אַז חײם־יאַנקל איז צוריק אין שטוב אַרײַן, פֿלעגן זײ זיך װידער צוזאַמענקומען און מיט מער פֿרישקײט זיך נעמען צום בױם…
און דעמאָלט פֿלעגט זיך אָנהײבן אַ מלחמה אױף לעבן און טױט. חײם־יאַנקל פֿלעגט שױן אָנהײבן געברױכן “כּלי־זין”, און מיט אַ שטעקן פֿלעגט ער זיך לאָזן לױפֿן, װי אַ טיגער, נאָך דער מחנה ייִנגלעך. די ייִנגלעך פֿלעגן מיט אַ געלעכטער און הוראַ זיך לאָזן אַנטלױפֿן און װידער קומען צו לױפֿן… אַמאָל פֿלעגט חײם־יאַנקלען דאָס געדולד פּלאַצן און ער פֿלעגט זיך לאָזן לױפֿן װײַט־װײַט נאָך די ייִנגלעך. דעמאָלט פֿלעגט װערן אין גאַס אַ טומל; ייִדן מיט בערד, װײַבער און קינדער פֿלעגן אַרױסלױפֿן פֿון די הײַזלעך, און דערשראָקענערהײט אײנער דעם אַנדערן פֿרעגן:
װאָס איז דאָ? האַ?
באַלד אָבער הײבט אָן אײנער דעם אַנדערן באַרויִקן:
גאָרניט, גאָרניט, חײם־יאַנקל, דער שנײַדערוק, יאָגט זיך נאָך די ייִנגלעך… אַ שנײַדורע אַ ביסל! פֿרעג, װאָס זשאַלעװעט ער זײ די עפּעלעך? מער װי בױכװײטיק האָט מען פֿון זײ ניט!
דערהערנדיק אַזאַ מיאוסע מײנונג װעגן זײַנע עפּעלעך, װערט חײם־יאַנקל נאָך מער צערײצט און פֿאַר כּעס כאַפּט ער אַ ייִנגל און גיט אים אַ קלאַפּ.
אױ־אױ! — צעװײנט זיך דאָס ייִנגל הױך, — פֿאַרװאָס שלאָגט ער מיך? איך האָב גאָרניט געריסן…
בתיה! מע האָט אײַער ייִנגל געהרגעט, — זאָגט אָן אַ שכנה פֿאַר גוטפֿרײַנדשאַפֿט װעגן דעם ייִנגלס מוטער.
די מוטער נעמט זיך אָן פֿאַר איר קינד. — װאָס שלאָגט איר עפּעס מײַן קינד? איר גיט אים עסן? הער אַ ביסל! ער האָט אַ שטיקל בױם מיט סם־המװתדיקע עפּעלעך, קאָכט די גאַס!…
און אױף חײם־יאַנקלען פֿאַלט אָן די גאַנצע גאַס און יעדער זידלט אים און מאַכט אים גלײַך מיט דער בלאָטע. געזעצטע בעלי־בתּים זאָגן אָבער אים נאָר װײכן מוסר:
זאָגט אַלײן, װי שעמט זיך דאָס ניט אַ ייִד מיט אַ באָרד צו האָבן אין זינען אַזעלכע נאַרישקײטן: בױם־שמױם! דאָס פּאַסט פֿאַר אַ גױ, ניט פֿאַר אַ ייִדן… קינדער, זײ רײַסן, זאָלן זײ רײַסן! עס האָט עפּעס אַ װערדע די עפּעלעך? פֿע, חלשות!
מיך אַרט ניט די עפּעלעך, — ענטפֿערט חײם־יאַנקל װי מיט אַ װײנענדיקן קול, — דעם בױם קאַלעטשען זײ מיר, די צװײַגן צעברעכן זײ…
צװײַגן־שמײַגן! — הײבן אָן געזעצטע בעלי־בתּים װידער צו מוסרן, — נו, זאָגט אַלײן, זײַט איר ניט ערגער פֿון די קינדער? אַ געשעפֿט האָט איר! אָט גײט אַהײם און נעמט זיך צו דער אַרבעט! פֿע, חלשות! אַ ייִד מיט אַ באָרד!…
און חײם־יאַנקל פֿילט זיך נאָך אַזאַ מוסר, װי אַ קינד נאָך אַן אָפּגעטאָנענער נאַרישקײט. ער טוט אַ קוק פֿאַרשעמט אױפֿן מוסר־זאָגער, דערנאָך אױף דער אײגענער באָרד, טוט אַ נאַריש שמײכל און לאָזט זיך צוריק אַהײמגײן.
צוקומענדיק נאָך אַזאַ מעשׂה צום שטיבל, שטעלט זיך חײם־יאַנקל בײַם בױם. אױף דער ערד נעבן בױם װאַלגערן זיך שטיקלעך אָפּגעבראָכענע צװײַגלעך, אין דער הײם אױפֿן שפּיצבױם הענגען אַ פּאָר צװײַגן איבערגעבראָכענע און זעען אױס װי הרוגים. חײם־יאַנקל קוקט אױף די צעבראָכענע צװײַגלעך, אױף דער ערד, אױפֿן בױם, קוקט, זיפֿצט און מיט אַ געקלעמט האַרץ גײט ער אַרײַן אין שטוב…
אַזױ פֿלעגט יעדער אלול ביז אַ שטיק אין האַרבסט רױשן די גאַס, און דער אײנציקער בױם האָט אַ סך לעבן אין גאַס געבראַכט…
* * *
עס זײַנען אַזױ איבערגעלאָפֿן אַ צענדליק יאָרן.
און די צען יאָרן האָבן אַ פּאָר סימנים געלאָזן אין דער גאַס: די חורבֿה איז צעלײגט געװאָרן, לױטן באַפֿעל פֿון אַ נײַעם פּריסטאַװ, װאָס האָט געזאָגט, אַז אַזױנע חורבֿות טאָרן לױטן געזעץ ניט שטײן; טובֿיה דער גמרא־מלמד האָט זיך אײן מאָל שטאַרק פֿונאַנדערגעהוסט, ניט געקאָנט כאַפּן דעם אָטעם און איז אַװעקגעשטאָרבן; זרח דער נגיד איז אַן אָרעמאַן געװאָרן.
און דער בױם אין גאַס איז נאָך אַלץ געשטאַנען, און אין האַרבסט, װען דער װינט פֿלעגט בלאָזן, און די צװײַגן פֿלעגן טרױעריק רױשן, פֿלעגט חײם־יאַנקל אַלץ אונטערברומען דעם זעלבן ניגון מיט די זעלבע װערטער פֿון קינות:
אַז בהלוך ירמיהו
על קבֿרי אָבֿות…
זומער אין אַ לײדיקער צײַט פֿלעגט ער נאָך אַלץ ליגן אונטערן בױם און טראַכטן װעגן עפּעס העכערס פֿון שער־און אײַזן… אלול־צײַט פֿלעגט ער האָבן צו טאָן מיט די חדר־ייִנגלעך, װאָס פֿלעגן קומען באַלאַגערן דעם בױם, און די גאַס פֿלעגט אַלץ רױשן און קאָכן: עפּעלעך, בױם, חײם־יאַנקל!…
* * *
עס זײַנען אַװעק נאָך עטלעכע יאָר.
חײם־יאַנקל איז שױן װײַס געװאָרן, און דער בױם איז נאָך אַלץ געשטאַנען…
דער בױם איז שױן אָבער אױך ניט דער זעלבער געװען.
עפּעס װײס איך ניט װאָס מיטן בױם איז געװאָרן! — פֿלעגט זיך חײם־יאַנקל װעלן אַמאָל אױסרעדן דאָס האַרץ פֿאַר עמעצן. — עפּעס איז ער װי אײַנגעבױגענער געװאָרן, שיטערער די צװײַגן און איז גאָר ניט דער, װאָס אַמאָל. נאָר קײנער פֿלעגט אים ניט ענטפֿערן:
אַ נאַרישער שנײַדער! האָט אַלץ אַן עסק מיטן בױם…
און חײם־יאַנקל האָט מיט זײַנע מאַטע אױגן, מיט אַ געקלעמט האַרץ געקוקט, װי דער אײנציקער בױם אין גאַס שטאַרבט אָפּ צוזאַמען מיט אים…
די קינדער האָבן אים אַװעקגעהרגעט — פֿלעגט ער װײנען אין דער שטיל — דער בױם דאָרט, ער שטאַרבט אָפּ…
און חײם־יאַנקל האָט זיך דערמאָנט אין טובֿיה עליו־השלומס װערטער: כּי האָדם עץ־השׂדה…
— אַ למדן אַ ייִד געװען, אַ שאָד, װאָס ער איז געשטאָרבן… — פֿלעגט חײם־יאַנקל זיפֿצן אין אַזױנע מינוטן, פֿלעגט זיך אָנלענען אין פֿענצטער און צוהערן זיך, װי דער בױם רױשט קױם מיט זײַנע עטלעכע איבערגעבליבענע צװײַגן…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.