Oyneg Shabes

אַ קיצל צום לאַכן

Tickle My Toes

  • Print
  • Share Share

דער פּסחדיקער סענדוויטש

די מלחמה האָט געמאַכט אַ גאַנצע איבערקערעניש אין אונדזערע רעסטאָראַנען. מען האָט אָנגעהויבן דאָרט אָפּהיטן כּשרות און ייִדישקייט.

לויפֿט אַרײַן פּסח־צײַט אַ ייִד אין אַ רעסטאָראַן און גיט אַ זאָג צום קעלנער:

— מאַכט מיר אַ סענדוויטש פֿון חזיר אויף ברויט.

— אַנטשולדיקט, — ענטפֿערט דער קעלנער, — איך קאָן עס אײַך געבן אויף מצה, אָבער ניט אויף ברויט…


דער אַסיסטענט

מען דערציילט, אַז ווען דער באַרימטער מאַרטירער מענדל בייליס האָט זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק, האָט ער געעפֿנט אַן אָפֿיס פֿון וואַנען ער האָט געשיקט בריוו צו רײַכע ייִדן אים צו העלפֿן אין זכות פֿון זײַן פֿאַרגאַנגענהייט. דערבײַ האָט ער אין זײַן אָפֿיס אָנגעשטעלט אַ יונגנמאַן אים אַרויסצוהעלפֿן אין זײַן קאָרעספּאָנדענץ. האָבן דעם יונגנמאַן עטלעכע פֿרײַנד זײַנע אַ מאָל געפֿרעגט:

— וואָס טוסטו דאָרט בײַ מענדל בייליס?

— וואָס הייסט? — האָט ער געענטפֿערט, — איך בין דאָך דער אַסיסטענט־מאַרטירער!


דער חילוק

— זאָגט מיר, וואָס איז דער חילוק פֿון אַן אַלטן בית־מדרש ביז אַ הײַנט־מאָדישן צענטער?

— גאָר פּשוט. אין אַ היימישן בית־מדרש זײַנען אַלע מאָל געווען נײַן ייִדן און מען פֿלעגט גיין זוכן נאָך אַ ייִדן, ער זאָל צום מנין זײַן דער צענטער. אין אַ מאָדערנער שיל איז בלויז געבליבן דער „צענטער‟, אָבער די נײַן ייִדן פֿעלן.


ער ווייסט ניט

אַ מאַן איז אומגעוואָרפֿן געוואָרן פֿון אַן אויטאָמאָביל אין גאַס. ווען אַ פּאָליציאַנט האָט אים געפֿרעגט, צי ער איז באַשעדיקט, האָט ער געענטפֿערט:

— איך ווייס ניט. איך מוז זיך פֿריִער זען מיט מײַן אַדוואָקאַט.


אין אויטאָבוס

האָט זיך אַ ייִד באַקלאָגט: „אין אויטאָבוס איז אַזאַ ענגשאַפֿט, אַז מע קען ניט אויפֿהייבן אַ האַנט אויף אויסרעדן אַ וואָרט‟.