Oyneg Shabes

אַ קיצל צום לאַכן

Tickle My Toes

  • Print
  • Share Share

ווי זײַן באָבע

ער: איר זאָגט, אַז איר זענט הײַנטוועלטיקע, צום סוף זענט איר פּונקט ווי מײַן באָבע.

זי: ווי אַזוי?

ער: איר גייט ביידע ניט אין די אייגענע האָר.


אַ מיטה און אַ חופּה

— פֿאַר וואָס האָט אַ מיטה פֿון אַ מת צוויי שטעקנס און אַ חופּה — פֿיר?

— ווײַל אין אַ מיטה פֿירט מען באַגראָבן נאָר איינעם, אונטער אַ חופּה — צוויי.


ס׳איז נאָר אַ צופֿאַל

טרעפֿן זיך צוויי פֿרײַנד. רופֿט זיך איינער אָפּ צום צווייטן:

— כ’וויל, מײַן פֿרײַנד, זאָלסט וויסן, אַז בײַ מיר אין הויז בין איך דער בעל־הבית…

— יאָ, כ’ווייס, — ענטפֿערט דער צווייטער, — מײַן פֿרוי איז איצט אויך אין פֿלאָרידע.


זי וועט שוין אַכטונג געבן

אַ סעקרעטאַרין פֿון אַ גרויסער אונטערנעמונג קומט צום פּערסאָנאַל־שעף און דערקלערט, אַז זי גיט אויף איר פּאָסטן.

דער שעף קוקט זי אָן, באַוווּנדערט איר שיינקייט און רופֿט זיך אָפּ צו איר:

— איין זאַך קאָן איך דיר פֿאַרזיכערן: דײַן „באָס‟ וועט שוין אַזאַ שיינע סעקרעטאַרין קיין מאָל ניט קריגן.

— איך פֿאַרזיכער אײַך, אַז ער וועט מער אַזעלכע ווי איך ניט קריגן. איך גיי מיט אים חתונה האָבן…


זי מאַכט אים יונג

אַ ייִד טרעפֿט אָן זײַנעם אַן אַלטן באַקאַנטן, וועמען ער האָט שוין לאַנג ניט געזען. נאָך דער באַגריסונג דערציילט אים יענער, אַז ער האָט שוין קינדער חתונה צו מאַכן.

— אַזוי? — וווּנדערט זיך דער ייִד, — אָבער דו זעסט גאָר ניט אויס אַזוי אַלט.

— פֿאַרשטייסטו מיך, — ענטפֿערט דער אַנדערער, — דאָס איז דערפֿאַר, וואָס מײַן ווײַב, זאָל לעבן, פֿאַרקירצט מיר די יאָרן…


אַ קלוגער רבֿ

בײַ אַ קלוגן רבֿ האָט מען געפֿרעגט: עס שטייט דאָך „אַל תרבה שׂיחה עם האישה‟ — פֿאַר וואָס זשע רעדט איר מיט ווײַבער?

— עס איז בעסער צו רעדן מיט אַ ייִדענע און טראַכטן וועגן גאָט, — האָט דער רבֿ געענטפֿערט, — איידער צו רעדן מיט גאָט און טראַכטן פֿון אַ ייִדענע.