דאָס איז געװען אַן אַלטער מחזור, אַ פֿאַרװיקלטער אין אַ טלית. ער איז געלעגן אין אַלמער לעבן די שבת־לײַכטער, אַ ראָש־השנה־מחזור אין אַ לעדערנעם אײַנבאַנד, אַן אָפּגעבליאַקעװעטן מיט פֿאַרגעלטע בלעטער.
דרײַ מאָל אין מײַן לעבן האָב איך זוכה געװען צו האַלטן דעם דאָזיקן מחזור אין מײַנע הענט און אים באַװוּנדערן.
אײדער איך װעל דערצײלן װעגן די דרײַ געשעענישן װאָס האָבן זיך אַזױ אײַנגעקריצט אין מײַן זכּרון, איז נאָך כּדאַי איבערצוגעבן עטלעכע פּרטים װעגן דעם אױסטערלישן ראָש־השנה־מחזור װעלכן מיר האָבן גערופֿן דער ייִחוס־מחזור. ער איז אַלט געװען קנאַפּע פֿיר הונדערט יאָר, געדרוקט אין אַמסטערדאַם. אַז מען האָט אים געעפֿנט, האָט דער ספֿר פֿאַרנומען אַ האַלבן טיש. צו אײן טאָװל איז געװען צוגעפֿעסטיקט אַ שלאָס פֿון זילבער. די צװײטע טײל שלאָס האָט געפֿעלט.
די חשיבֿות פֿון מחזור איז אָבער באַשטאַנען אין דעם פֿיר מאָל אײַנגעקנײטשטן פּאַרמעטענעם בױגן, װאָס איז געװען צוגענײט צום פֿאָדערשטן טאָװל. ערשט װען מען האָט געעפֿנט דעם ראָש־השנה־מחזור, האָט זיך אַנטפּלעקט דער מאַט־זילבערדיקער ליכטיק־אָדערנדיקער פּאַרמעט אױף װעלכן עס איז געװען אױפֿגעצײכנט אַ פֿאַרצװײַגטער בױם, אַ שטאַמיקער, מיט צענדליקער צװײַגן און צװײַגעלעך און מיט בײַשטאַמיקע װאָרצלען. און אַז מען האָט זיך גענױ אײַנגעקוקט, זײַנען בולט געװאָרן פּערלדיק־אַרײַנגעשריבענע אותיות אין די צװײַגן אַרײַן און עס זײַנען אױך בולט געװאָרן די פֿאַרשײדענע סאָרטן טינט מיט װעלכע די אותיות זײַנען געשריבן געװען.
דעם ייִחוס־מחזור האָט מײַן טאַטע באַקומען פֿון זײדן, װאָרעם מײַן פֿאָטער איז געװען דער עלטסטער זון. דאָס איז געװען גאָר נאַטירלעך פֿאַר אַלע מײַנע פֿעטערס. אײן טענה האָבן זײ יאָ געהאַט: װאָס איז דאָס פֿאַר אַן אײַלעניש? אױב איבערגעבן אַזאַ משפּחה־זאַך איז נאָר צו הונדערט און צװאַנציק און נישט װען דער זײדע איז נאָך ברוך־השם בײַ די פֿולע כּוחות. זײ האָבן געזען אין דעם אַ סימן אַז דער זײדע ריכט זיך אױף עפּעס. און װאָס דער “עפּעס” איז, האָט יעדער געװוּסט, און נישט געװאָלט דאָס אָנרופֿן בײַם נאָמען. זײ האָבן געמײנט אַז מיטן איבערגעבן דעם ספֿר הײבט זיך אָן פֿאַרלעשן דאָס ליכט פֿון זײער פֿאָטער.
נאָר לאָמיר צוריקגײן צום אָנהײב און דערצײלן װעגן די דרײַ מאָל בעת איך האָב געזען דעם ראָש־השנה־מחזור און אים אַפֿילו געהאַלטן אין מײַנע הענט.
* * *
דאָס ערשטע מאָל האָב איך דערזען דעם ספֿר מיטן פּאַרמעטענעם בלאַט צו מײַן בר־מיצװה. דאָס איז געװען אַ יאָר נאָך דעם װי מײַן טאַטע האָט אַהײמגעבראַכט דעם מחזור און אים אַרײַנגעלײגט אין אַלמער. דער זײדע איז געקומען צו פֿאָרן פֿון װאַרשע. איך האָב געהערט אין אַלקער װי מײַן מאַמע רעדט שטיל צום טאַטן: וויי איז מיר, דער שװער איז פֿאַרענדערט. ערשט איצט זע איך אַז דײַנע ברידער זײַנען געװען גערעכט. ער איז אַלט געװאָרן און אַן עצבֿות שפּרײט זיך אױף זײַן פּנים. די זיקנה איז אים מיט אײן מאָל באַפֿאַלן.
איך האָב געזאָגט װאָרט בײַ װאָרט די פּרשה פֿון דער װאָך. אױך אין טאָג פֿון דער בר־מיצװה, בײַם אױפֿרופֿן מיך איז אַלץ אַדורך אַזױ, אַז מען האָט מיך דערנאָך נישט־איבעריק געלױבט און מען האָט נישט געהאַט קײן טענות, חס־וחלילה. דער זײדע האָט טרױעריק געשאָקלט מיטן קאָפּ און אַ זאָג געטאָן דעם “מנע” און איך האָב נישט געװוּסט דעם באַטײַט פֿון דער “מנע”. נאָר אײן פֿעטער האָט גוטמוטיק געשמײכלט צו מיר און געזאָגט: קײן חזן, װעסטו, מענדעלע, שױן נישט זײַן… קײן דרשענער אױך נישט… קײן רבֿ אַװדאי און אַװדאי נישט…
דעמאָלט האָט דער זײדע אױפֿגעהױבן דאָס פּנים און איך האָב דערזען די גרױסע גרױע ברעמען, די צונױפֿגעװאַקסענע און אַ געל־גרױע פּאַרמעטנע באָרד, אַ צעשױבערטע.
ער האָט גערעדט שטיל און הײזעריק: װעסט זײַן אַ סופֿר, מײַן אײניקל, אַ סופֿר־סתּ”ם. אַזאַ סופֿר װי איך און װי מײַן זײדע און מײַן זײדעס זײדע. װעסט שרײַבן מיט אַ גענדזענער פּען. איך װעל דיך לערנען פֿאַרשניצן אַ גענדזענע פּען. װײסט װאָס סתּ”ם באַדײַט, מײַן קינד? סתּ”ם באַדײַט: ספֿרים, תּפֿילין, מזוזות. זאָג נאָך, װאָרט בײַ װאָרט…
איך האָב שטיל נאָכגעזאָגט דעם זײדנס רײד און געזען װי זײַנע אױגן װערן איבערגעפֿולט.
יענעם שבת־צו־נאַכטס, נאָך דעם װי די מאַמע האָט מיט די הענט אױסגעװישט די פֿאַרלאָפֿענע שױבן און געזאָגט דעם “גאָט פֿון אַבֿרהם, פֿון יצחק, פֿון יעקבֿ און פֿון אַלע הײליקע אונדזערע אָבֿות” און מען האָט אָנגעצונדן די בליצלאָמפּ, האָט דער טאַטע אַרױסגענומען פֿון װעסטל־קעשענע אַ בינטל קלײנע שליסלעך און געעפֿנט דעם אַלמער. די מאַמע האָט רײן געמאַכט, און ער האָט אַװעקגעלײגט דעם פֿאַרװיקלטן טלית אױפֿן טיש און איך האָב געזען װי אַזױ עס ציטערן זײַנע הענט בעת ער עפֿנט דעם מחזור. דעמאָלט טאַקע, האָב איך ס׳ערשטע מאָל דערזען דעם שער־בלאַט מיטן פּאַרמעט. איך האָב זיך נישט געקענט אָפּװוּנדערן פֿון דעם גרױסן פֿאַרצװײַגטן בױם און פֿון די הונדערטער אַרײַנגעשריבענע נעמען אין די צװײַגן אַרײַן.
דער זײדע האָט אַרױסגענומען פֿון בוזעם־טאַש אַ שאַכטל. איך האָב געמײנט אַז דאָס זײַנען ברילן. װי איבערראַשט בין איך אָבער געװאָרן בעת איך האָב דערזען אַז דאָרט ליגן גענדזענע פּענעס און אַ קלײן לענגלעך פֿלעשל מיט אַ ספּעציעלן טינט.
איבער דעם פֿיר־פֿאַכיק געעפֿנטן פּאַרמעט, װאָס איז געװען צונױפֿגעשטעלט פֿון עטלעכע צונױפֿגענײטע יריעות, האָבן זיך איבערגעבױגן דער זײדע און דער טאַטע. זײערע ליפּן האָבן אײַליק געשעפּטשעט די נעמען װאָס זײַנען דאָרט פֿאַרשריבן געװען און געפֿירט די פֿינגער פֿון דיקן צװײַג צום דינערן און פֿון דינערן צװײַג צו אַ קלײן צװײַגעלע — ביז זײערע פֿינגער האָבן זיך פֿאַרהאַלטן.
אָט דאָ! — האָט אַ זאָג געטאָן דער זײדע און אײַנגעטונקען די גענדזענע פּען אין טונקל פֿלעשל. איך האָב געהערט דעם געקריץ פֿון דער פּען אױפֿן אַלטן פּאַרמעט. מײַן מאַמע איז געשטאַנען די גאַנצע צײַט אַ שװײַגנדיקע און װען דער זײדע האָט אָפּגעװישט די פּען און זי צוריק אַרײַנגעלײגט אין שאַכטל, איז זי אײַליק צוגעגאַנגען צו מיר און מיך אַ קוש געטאָן:
זאָלסט, קינד מײַנס, זוכה זײַן אַרײַנצושרײַבן די נעמען פֿון דײַנע קינדער און קינדסקינדער.
אין יענעם אָװנט האָב איך זיך דערװוּסט אַז אין דעם משפּחה־בלאַט פֿון פּאַרמעט שרײַבט מען בײַ אונדז אין דער משפּחה אַרײַן די נעמען ערשט דעמאָלט װען מען װערט בר־מיצװה און װען מען איז זיך משדך. היות װי דער זײדע האָט פֿאָרױסגעפֿילט אַז ער װעט זיך בקרובֿ אָפּשײדן פֿון אונדז אַלעמען װײַל זײַנע יאָרן זײַנען געצײלטע, איז ער ספּעציעל געקומען פֿון װײַטן װאַרשע, כּדי דאָס לעצטע מאָל אַרײַנצושרײַבן זײַנס אַן אײניקל װאָס איז געװאָרן בר־מיצװה.
איך װײס נישט צי דער זײדע ע”ה האָט אױסדריקלעך פֿאַרלאַנגט פֿון מײַן טאַטן אַז ער זאָל מיך לאָזן אַלײן מיטן זײדן, אָדער מײַן טאַטע איז אַלײן אַװעק פֿון שטוב. איך געדענק נאָר אַז דער טאַטע איז פּלוצעם אַװעק, די מאַמע האָט אַװעקגעשטעלט אױפֿן טיש צװײ גלעזער טײ, צוגעמאַכט די טיר און אַלעמען אָנגעזאָגט אַז עס זאָל שטיל זײַן. איך האָב געזען װי זי פֿאַרמאַכט פֿון דרױסן די לאָדנס און אַ שטילקײט געמישט מיט אַ געהײמער פֿאָרכטיקײט האָט מיך אַרומגענומען. דער זײדע האָט מיך אי געשראָקן און אי צוגעצױגן.
כ׳װעל מיט דיר רעדן. ביסט שױן אַ דערװאַקסענער. אָט שפּרײט זיך פֿאַר דיר אַ בױם. זעסט די צװײַגן?
יאָ. כ׳זע.
לאָמיר בעסער אָנהײבן פֿון שטאָט, פֿון די שטאַמװאָרצלען. תּמיד הײבט מען אָן פֿון אונטן און נישט פֿון אױבן. געדענק דאָס. אַ הױז — פֿון יסוד. אַ בױם — פֿון שורוש.
כ׳װעל געדענקען.
זעסט װי די נעמען רופֿן זיך איבער. פֿון דײַן צװײַגל װעט זיך צעשפּראָצן נאָך אַ צװײַגל, און דו װעסט מיט דײַנע הענט אַרײַנשרײַבן נײַע נעמען. אָמן.
דער זײדע האָט אַ זופּ געטאָן די טײ און ממשיך געװען:
אײן װאָרצלשטאַם קומט פֿון אַמסטערדאַם. אַן עלטער־עלטער־זײדן האָט מען געבראַכט װי אַ סופֿר. ער האָט זיך באַזעצט אין פּױזן. דערנאָך זײַנען זײַנע קינדער, סופֿרים, געגאַנגען קײן ליטע, אין שטעטל ראַדאָשקעװיטש, אַ צװײטער איז אַװעק קײן װענגראָװע, לעבן װאַרשע. דער דינערער װאָרצלשטאַם קומט אױך אַרױס פֿון יענע מקומות. אַן עלטער־זײדע פֿון מאַמעס צד איז געבראַכט געװאָרן אין פֿירשטום מאַזאָװיע, װען פּלאָצק איז געװען די הױפּשטאָט צו בױען װינטמילן. אין דער מדינה האָלאַנד האָט ער זיך אױסגעלערנט די מלאָכה. און אַזױ פֿלעכט זיך צװײַג צו צװײַג. די משפּחה איז צעשפּרײט און איך בין דער לעצטער סופֿר. נעם די גענדזענע פּען, באַטראַכט זי. אַדרבא, פּרוּװ עפּעס אָנשרײַבן.
איך האָב געפּרוּװט, געשריבן און דער זײדע האָט אָנגעקװאָלן.
זאָגסט מיר צו אַז װעסט װערן אַ סופֿר?
איך זאָג דאָס צו.
דער זײדע האָט זיך אױפֿגעשטעלט, צעפּראַלט די טיר און געהײסן זיך געבן פֿרישע טײ װײַל זי איז קאַלט געװאָרן.
די דרײַ טעג װאָס דער זײדע איז געװען בײַ אונדז, האָט ער מיך געלערנט פֿאַרשניצן פּענעס. אַלע פֿלעדערװישן האָב איך צעריסן און אַרומגעלאָפֿן צו די מומעס נעמען נײַע פֿלעדערװישן.
אױפֿן דריטן טאָג איז דער זײדע אַװעקגעפֿאָרן און אין דרײַ חדשים שפּעטער איז אָנגעקומען אַ ידיעה אַז ער איז אױסגעגאַנגען.
* * *
דאָס צװײטע מאָל האָב איך געעפֿנט דעם אַלטן מחזור בעת איך בין געװאָרן אַ סופֿר. נישט אַזאַ סופֿר װי עס האָט זיך געװוּנטשן מײַן זײדע, דער אָפּשטאַמיקער פֿון אַ דור סופֿרים װאָס האָבן מיט זײער ציכטיק־פּערלדיקן כּתבֿ געשריבן ספֿרי־תּורהס און מיט יעדן אות איבערגעלעבט גאָטס רײד. איך בין געװאָרן אַ סופֿר פֿון װאָכעדיקע רײד, װאָס עס רעדן די שטערבלעכע. איך האָב אין מײַנע אָנפֿאַנגערישע שרײַבערישע יאָרן געװאָלט מיט פּשוטע ייִדישע װערטער דערצײלן די געשיכטע פֿון דעם ברײט צעצװײַגטן בױם אין אונדזער ראָש־השנה־מחזור. איך האָב געװאָלט שילדערן אי די בײַװאָרצל־שטאַמען, אי די צװײַגן און צװײַגלעך און דערצײלן דאָס אַלץ װאָס איך האָב געהערט אין יענעם שבת־צו־נאַכטס. דעמאָלט האָב איך צום צװײטן מאָל געעפֿנט דעם ספֿר, געקוקט אױף דעם גרױ־זילבערדיקן פּאַרמעט, פֿאַרצײכנט נעמען און דאַטעס און צוריק פֿאַרװיקלט דעם מחזור אין אַלטן טלית.
די צײַט איז געװען אַ שטורמישע, אַן ערבֿ־מלחמהדיקע און מיך האָט עס געצױגן צו דער ייִדישער גאַס װאָס איז געװען אומרויִק אַזױ װי אין אַ בינשטאָק, װאָס אַ הפֿקר־װינט האָט אומגעשלײַדערט.
דאָס דריטע מאָל האָב איך געהאַלטן דעם מחזור אין מײַנע הענט בעת איבער דער פֿאַרװיסטער װאַרשע האָבן מאַרשירט נאַצישע חײלות.
אין דער נאַכט ערבֿ מײַן אַנטלױפֿן האָב איך צום לעצטן מאָל געעפֿנט דעם פּאַרמעט, געקוקט אױף דעם צעצװײַגטן משפּחה־בױם.
דער לעצטער נאָמען װאָס איז דאָרט פֿאַרשריבן געװאָרן איז געװען מײַן נאָמען.
* * *
אַ פֿאַרװיסטער נעכטן װי אַן אױסגעברענטער װאַלד. איך גײ אין אים אַרום אַלײן, אין מײַן זכּרון לעבט דער בױם פֿון אַלטן מחזור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.