צו זײַן אַ מענטש איז ניט קײן לײַכטע זאַך. דער מענטש אַלײן, אָבער, האָט ניט קײן מעגלעכקײט אױסצוקלײַבן, צי ער זאָל קומען אױף דער װעלט, אָדער ניט. די מעשׂה מיט קומען אױף דער װעלט האָט אַ לאַנגע געשיכטע און איז פֿאַרבונדן מיט אַ פּאָר גרונטלעכע מאָראַלישע אַספּעקטן, דהײַנו: אין װאָס פֿאַר אַ װעלט זאָל לעבן דער מענטש? אין אַ װעלט פֿון אמת, צדק, חסד און שלום? אָדער פֿאַרקערט — אין דער װעלט פֿון שקרים, עגאָיִזם, אומגערעכטיקײט און מלחמות? אָדער, אפֿשר, אין דער װעלט, װוּ די אַלע מעלות און חסרונות זײַנען איבערגעפֿלאָכטן, געקניפּט און געבונדן? און אױב אַלע מענטשן װײסן װאָס איז גוט און װאָס איז שלעכט, פֿאַר װאָס זשע קענען ניט די מעלות באַהערשן די חסרונות?
אַן אַלטער מדרש, אין אַ לײַכט־צינישן נוסח, דערקלערט אונדז, אַז דער קעגנשטאַנד פֿון מעלות און חסרונות האָט זײער אַ לאַנגע באָרד. עס װײַזט אױס, אַז אױך אין דער־אָ פּרשה האָט מען זיך ניט באַגאַנגען אָן „יענעמס הילף‟, און דװקא פֿון אַזעלכע באַשעפֿענישן, װעלכע האָבן אַלײן קײן מאָל ניט פֿאַרזוכט װי ניט־גרינג איז דאָס לעבן אױפֿן עולם־הזה. באַזונדערס, װען דער חסד, צדק און שלום רוען ערגעץ װוּ אױפֿן זיבעטן הימל, און דער אמת, נעבעך, ליגט טיף טײַער אין דר’ערד. אָט, הערט אַ מעשׂה:
װען דער אײבערשטער האָט געװאָלט באַשאַפֿן דעם מענטשן, האָבן זיך די מלאכים צעטײלט אויף גרופּעס און פּאַרטײען. מע האָט זיך געקריגט און געהאַלטן אין אײן שרײַען: „דער מענטש זאָל יאָ באַשאַפֿן װערן‟ — „נײן, ער זאָל ניט באַשאַפֿן װערן‟. און די גרעסטע מלאכים־פּאַרטײען זײַנען געװען חסד, אמת, צדק און שלום.
„חסד‟ האָט געזאָגט: „דער מענטש זאָל יאָ באַשאַפֿן װערן, װײַל ער װעט טאָן חסדים און גוטס‟.
„אמת‟ האָט געטענהט: „ער זאָל ניט באַשאַפֿן װערן, װײַל ער װעט זײַן פֿול מיט שקרים, פֿאַלש און באַטריבעניש‟.
„צדק‟ האָט געזאָגט: „דער מענטש זאָל יאָ באַשאַפֿן װערן, װײַל ער װעט אײַנפֿירן גערעכטיקײט אױף דער װעלט‟.
„שלום‟ האָט געשריִען: „ער זאָל ניט באַשאַפֿן װערן, װײַל ער װעט פֿירן מלחמות‟.
װאָס האָט דער אײבערשטער געטאָן?… ער האָט גענומען דעם אמת און אים אַרונטערגעװאָרפֿן צו דער ערד. האָבן די מלאכים אָנגעהױבן רײַסן אױף זיך די האָר און טענהן: „סטײַטש, רבונו־של־עולם, אַ בראָך אױף אונדזערע שׂונאימס קעפּ!!! דעם זיגל דײַנעם, דעם רײנעם אמת, פֿאַרשעמסטו אַזױ ביטער און װאַרפֿסט אַרונטער צו דער ערד‟?
האָט דער אײבערשטער געענטפֿערט: װאָס הײסט?… עס שטײט דאָך געשריבן: „אמת מארץ תצמח‟, דער אמת װעט שפּראָצן פֿון דער ערד! ער, דער אמת, װעט פֿאַרהיטן דעם מענטשן פֿון טאָן שלעכטס.
די מלאכים האָבן נאָך לאַנג געטומלט װעגן דעם צװישן זיך, צי עס איז כּדאַי דעם מענטשן באַשאַפֿן אָדער ניט, ביז דער אײבערשטער האָט צו זײ געזאָגט: „װאָס קריגט איר זיך? דער מענטש איז שױן באַשאַפֿן געװאָרן. עס קומט שױן דער הײליקער שבת, און כ׳דאַרף נאָך באַװײַזן צו באַשאַפֿן די שדים…‟
געװען איז דאָס, װי איר געדענקט, פֿרײַטיק אין אָװנט, און דער אײבערשטער, געלױבט איז זײַן נאָמען, האָט זיך זײער־זײער געאײַלט צו באַװײַזן באַשאַפֿן די שדים, אָבער סײַ־װי ניט באַוויזן צו פֿאַרענדיקן די אַרבעט, און די שדים זײַנען באַשאַפֿן געװאָרן װי אַ מין רוחות, מיט אַ שטיקל לעבער, אָבער אָן אַ קערפּער.
אין אַזאַ־אָ אײַלעניש האָט דער אײבערשטער פֿון אײן זײַט, געפֿורעמט דעם לעבער פֿון די רוחות, און פֿון דער צװײטער זײַט, געהײליקט דעם שבת, דעריבער איז דאָס ניט קײן חידוש, אַז ער האָט אין גאַנצן פֿאַרגעסן צו װײַזן דעם מענטשן אַװוּ אין דער ערד ליגט באַגראָבן דער אמת.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.