אין אַ האַלבן קרײַז, װי אַן אָנגעשפּאַנטער בױגן, שטײען אַרום קאַנאַװע די שיסער מיט פֿאַרקאַשערטע אַרבל און צילן אין “רעדעלע פֿון מזל” — אין אַ קופּע פֿאַרמישפּטע.
דער אָפּשײַן פֿון אַ מעשענעם שײַטער אין דערבײַיִקן װעלדל, מיט בײמער פֿון האַלב צעפֿאַלענע סקעלעטן, באַשימערט מיט ברענענדיקע שאָטנס דאָס געבײן פֿון לעבעדיקע טױטע, װאָס אַלע זעען זײ אױס װי אײנער — אַזױ זעט אױס ערד, װען אַן אַקער צעשנײַדט און קערט זי איבער.
בלױז די באָבע, מיט בײדע אײניקלעך בײַ די זײַטן — אַ גרײַז־גראָע אָדלערין מיט צעשפּרײטע פֿליגל, בלױז זי האַלט אױף די אײביקײט פֿון איר פּנים.
די באָבע איז פֿאַרבליבן די לעצטע.
בײדע אײינקלעך קושן אירע הענט מיט פֿאַרחלשטע ליפּן:
באָבע, נאַכסאָל פֿאַלן דאָ אַזױ פֿיל מענטשן?
די באָבע פֿאַרהײבט דעם קאָפּ. ס׳איז בלאָ און לױטער. אײן ריזיקע לבֿנה. פֿון דער באָבעס אױגנקװעלכל שװימט אַרױס אַ טרער, װאָס זי האָט אױסבאַהאַלטן לאַנגע יאָרן. די טרער שװימט, ריזלט און פֿאַרפֿלײצט די לבֿנה.
ס׳נעמט װאָלקענען, רעגענען, מיט װאַרעמע באָבישע טרערן. זײ, די טרערן, פֿאַרלעשן דעם שײַטער, פֿילן אָן די קאַנאַװע.
באָבע פֿאַרמאַכט די אױגן און בלינדערהײט אַזױ כאַפּט זי אײן אײניקל — און לאָזט זיך לױפֿן.
װעמען געראַטעװעט — חנהלען צי מירעלען? מע טאָר ניט קלערן. ס׳קינד שלאָפֿט און די באָבע שעפּטשעט:
חנה־מירעלע, חנה־מירעלע…
זי בלאָנדזשעט אין דער צעװײטיקטער פֿינצטערניש. אױף די אַקסלען שלאָפֿט חנה־מירעלע.
באָבע קומט אין אַ דאָרף. הינטערן שױב פֿון אַ כאַטע צאַפּלט אַ פֿײַערל. באָבע טאָפּטשעט אין װאַסער. פֿאַלט, הײבט זיך אױף, און קלאַפּט אָן אין כאַטע װי אין האַרץ פֿון אַ מלאך.
— קטאָ?
— גוטער מענטש, לאָז אַרײַן…
ס׳עפֿנט זיך פּאַװאָליע די טיר, און אַ פּױער, האַלב נאַקעט, מיט אַ לעמפּעלע אין אײן האַנט און אַ בײַטש אין דער אַנדערער, באַװײַזט זיך אױפֿן גאַניק.
און ער פֿאַרהײבט די בײַטש איבער דער זקנה.
נאָר דעמאָלט שלאָגט אַרױס אַ קול, װי אַ װײַסער פֿליגל, פֿון דער אַלטיטשקעס ליפּן:
מענטש, װאָס טוסטו, ביסט בלינד, זעסטו ניט אַז אין רעגן איז גאָט?
די לאַנגע בײַטש אין האַנט פֿון פּױער, פֿאַרמאָסטן אױף דער באָבען, דערלאַנגט אים אַ ביס װי אַ שלאַנג. ער קאָן די האַנט ניט הײבן, ער קאָן זי ניט אַראָפּלאָזן.
אין שײַן פֿונעם לעמפּעלע זעט ער:
אַן אַלטיטשקע מיט לאַנגע, װײַסע האָר װי באַגאָסן מיט קאַלך. די װיִעס באַהאַנגען מיט קלײנע טראָפּנס — באַנאָדלטע קישעלעך. אױף די אַקסלען טראָגט זי אַ קינד — אַ בלאָ שעפּסעלע.
און הינטער דער באָבען, צװישן פֿעדעם רעגן, באַצױגענע מיט צאַפּלדיקע פּערל, שװעבט אַרום אַ געשטאַלט און ציט אױס צום פּױער אַ לאַנגן בליציקן פֿינגער.
די קני בײגן זיך. דאָס לעמפּל פֿאַלט אַרױס פֿון האַנט. און דאָס בלאָע שעפּסעלע, אַרום האַלדז, װאַכט אױף:
— באָבע!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.