אויף דער הײַיאָריקער „ייִדיש־וואָך‟, אָרגאַניזירט פֿון „יוגנטרוף‟, האָט דער דאָקטאָראַנט שמואל זערין אָנגעפֿירט מיט אַ גרופּע, וואָס האָט זיך פֿאַרנומען מיט איבערזעצן אויף ייִדיש עטלעכע באַקאַנטע לידער פֿון די דיזני־פֿילמען. צווישן די לידער איז געווען „לאָז אַרויס‟ פֿונעם פֿילם „פֿאַרפֿרוירן‟, וואָס האָט געוווּנען דעם הײַיאָריקן „אָסקאַר‟ פֿאַרן בעסטן ליד און איז גאָר פּאָפּולער, ניט בלויז בײַ די יונגע מיידלעך. דער ייִדישער נוסח איז אַזוי געראָטן, אַז די גרופּע האָט באַשלאָסן אים צו רעקאָרדירן און אַרויפֿצושטעלן ווי אַ ווידעאָ אויף „יו־טוב‟, צוזאַמען מיטן ייִדישן טעקסט.
עס זינגט טעמע שעכטער, די ייִנגערע שוועסטער פֿון די באַקאַנטע „שעכטער טעכטער‟.
דער שנײ גלאַנצט װײַס אױפֿן באַרג הײַנט בײַ נאַכט,
נישט קײן שפּור קען מען זען —
אַן אײנזאַמע מלוכה,
און איך בין די קעניגין.
דער װינט, ער שרײַט פּונקט װי דער שטורעם טיף אין מיר.
זיך צו קאָנטראָלירן, האָב איך שױן פּרובירט!
זײ זאָלן נישט װיסן, װאָס דו ביסט.
זײַ אַ גוט מיידל, פֿאַרגעס דאָס נישט.
באַהאַלט זיך, פֿיל נישט, היט אָפּ דעם סוד,
דערזעען זײ יאָ!
לאָז אַרױס, לאָז אַרױס,
דער כּישוף איז שױן צו גרױס!
לאָז אַרױס, לאָז אַרױס,
דאָס שײנע מײדל איז אױס!
ס’מאַכט נישט אױס,
װאָס זײ טראַכטן פֿון מיר.
װײַטער בלאָזט דער װינט,
די קעלט און דער שנײ זײַנען טײל פֿון מיר.
טשיקאַװע, װאָס פֿון דער װײַטנס
זעט אַלץ מיר אויס גאַנץ קליין,
און די שרעקן פֿון אַ מאָל
באַהערשן מיך נישט מער.
ס׳איז צײַט צו זען װאָס איך קען טאָן,
די גרענעצן אַדורכצוגיין
פֿאַרגאַנגענהייט איז שוין פֿאַרבײַ, כ׳בין פֿרײַ!
לאָז אַרויס, לאָז אַרויס,
איך בין הימל, אײַז, און װינט!
לאָז אַרויס, לאָז אַרויס,
זייער שטאַרק איז מײַן געמיט!
איך בין דאָ!
און איך בלײַב דאָ!
װײַטער בלאָזט דער װינט!
מײַן כּוח פֿליט פֿון מײַן נשמה צו דער ערד!
פֿון מיר קרישטאָלענע בריליאַנטן פֿינקלען אומעטום,
און מיר איז אײַנגעפֿאַלן אײן זאַך אינעם פֿראָסט:
איך גיי נישט מער צוריק!
דאָס איז פֿאַרגאַנגענהייט!
איך בין פֿרײַ, ענדלעך פֿרײַ,
װי געבוירן אויף דאָס נײַ!
איך בין פֿרײַ, ענדלעך פֿרײַ,
דער עבֿר איז פֿאַרבײַ.
אָט בין איך
אין דער שחרית־ליכט.
װײַטער בלאָזט דער װינט,
די קעלט און דער שנײ זײַנען טײל פֿון מיר!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.