Oyneg Shabes

אַ קיצל צום לאַכן

Tickly My Toes

  • Print
  • Share Share

ער איז אַ מחותּן

בײַ די קאַטאָליקן איז אַ מינהג, אַז נאָך דעם ווי אַ פֿרוי פֿאַרברענגט אין מאָנאַסטיר אַ געוויסע צײַט, ווערט פֿאַר איר דורכגעפֿירט אַ צערעמאָניע פֿון איר חתונה מיט דעם „אותו האיש‟…

איין מאָל איז אַ ייִד פֿאַרבײַגעגאַנגען אַ קירך, וווּ עס האָט געדאַרפֿט פֿאָרקומען אַזאַ צערעמאָניע. איז ער אַרײַן אינעווייניק און האָט זיך געזעצט אויף אַ באַנק. קומט צו צו אים צו דער גלח און פֿרעגט אים, צי ער ווייסט, וואָס דאָ קומט איצט פֿאָר.

— אַוודאי, ווייס איך, — ענטפֿערט דער ייִד.

— נו, — פֿרעגט ווײַטער דער גלח, — און וועמען קענט איר דאָ?

— וואָס הייסט? — מאַכט דער ייִד, — איך פֿאַרטרעט דאָ דעם חתנס צד…


ווער עס האָט מער שׂכל

יאַנקעלע דרייקאָפּ האָט גענומען אַ לאָטעריע־צעטל און זיך אַ נדר געטאָן: אויב ער וועט געווינען דאָס גרויסע געווינס, וועט ער געבן צען טויזנט רובל אויף דער שיל. די ציִונג איז געווען און ער האָט ניט געוווּנען. דאָס אַנדערע מאָל, ווען ער האָט גענומען אַ צעטל, האָט ער זיך געגעבן אַ נדר, אַז אויב ער וועט געווינען דאָס גרויסע געווינס, וועט ער געבן צען טויזנט רובל אויפֿן קלויסטער. און דאָס מאָל האָט ער טאַקע געוווּנען דאָס גרויסע געווינס! אַז ער האָט שוין געהאַט דאָס געלט אין קעשענע, גייט ער אַזוי אין גאַס און רעדט צו זיך אַליין:

— אונדזער גאָט האָט פֿאָרט מער שׂכל; ער האָט גלײַך געוווּסט, אַז איך וועל אַ קאָפּיקע אויך ניט געבן…


אַ ליכט אַליין העלפֿט ניט

צוויי מיידלעך חבֿרטעס, אַ ייִדישע און אַ קריסטלעכע, האָבן געלערנט אין איין גימנאַזיע. געקומען צום עקזאַמען, האָט די ייִדישע אויסגעהאַלטן, און די קריסטלעכע ניט.

— פֿאַר וואָס קומט עס מיר אַזוי? — האָט זיך די קריסטלעכע אויסגערעדט דאָס האַרץ פֿאַר דער ייִדישער חבֿרטע, — איך האָב געשטעלט אַ ליכטל פֿאַר דער הייליקער מאַריִע און דו האָסט דאָך ניט געשטעלט. צום סוף…

— פֿאַר וואָס מיינסטו, אַז איך ניט? — זאָגט יענע, — איך האָב אויך געשטעלט אַ ליכט.

— וואָס הייסט, דו ביסט דאָך אַ ייִדיש קינד?

— פֿאַרשטייסטו, געשעלט האָב איך אַ גרויס ליכט אויפֿן טיש בײַ מיר אין צימער און געלערנט דערבײַ ביז שפּעט אין דער נאַכט.


לאָמיר זען ווי מענטשן וועלן טאָן

אַ גלח האָט געפֿרעגט אַ רבֿ:

— בײַ אײַך איז דאָ אַ דין, אַז דער רבֿ גייט דורך, דאַרפֿן אַלע זיך אויפֿשטעלן און דאָס איז דאָך באַוווּסט, אַז מען באַגעגנט אַ הונט דאַרף מען זיך זעצן, טאָ ווי זאָל מען טאָן, אַז מען באַגעגנט אַ רבֿ מיט אַ הונט פֿאַר אַ מאָל?

— אָט לאָמיר צוזאַמען טאַקע זיך דורכגיין, — האָט דער רבֿ געענטפֿערט, — וועלן מיר זען, וואָס די מענטשן וועלן טאָן.