דעם קראָקעווער רבֿ האָט מען איין מאָל אַ פֿרעג געטאָן:
— וואָס איז די מעשׂה, וואָס בײַ ייִדן געפֿינען זיך תּמיד אַזוי פֿיל לינקע?
— דאָס איז דערפֿאַר, — האָט דער רבֿ געענטפֿערט, — וואָס ייִדן האָבן ניט קיין רעכטע.
אין איינער פֿון די גרויסע שטעט אין דרום פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז אײַנגעשטאַנען אַ רעגימענט פֿון סאָלדאַטן. איין מאָל קומט צו גיין אַן אַריסטאָקראַטישע פֿרוי פֿון הויכן ייִחוס אין דעם מיליטערישן לאַגער אַרײַן און בעט דעם קאַפּיטאַן, אַז ער זאָל איר שיקן זעקס סאָלדאַטן אויף שבת אָוונט צו אַן אויפֿנאַמע, וואָס זי אָרדנט אײַן. דערבײַ האָט זי אָבער אויסגענומען מיטן קאַפּיטאַן, אַז ער זאָל איר ניט שיקן קיין ייִדן.
בשבת אָוונט זײַנען די סאָלדאַטן אַוועק צו דער אויפֿנאַמע. זיי קומען צו צו דער טיר און ווי נאָר די בעל־הביתטע האָט זיי דערזען איז איר ממש ניט גוט געוואָרן: דאָס זײַנען געווען זעקס שוואַרצע סאָלדאַטן.
— עס מוז, אַוודאי, זײַן אַ טעות.
— נאָ, מעם, — ענטפֿערט איין סאָלדאַט, — קעפּטען ליווי מאַכט קיין מאָל ניט קיין טעות…
איינער פֿון די קריסטלעכע לערער אין ייִדישן ווילנער לערער־אינסטיטוט, אַ פֿאַרביסענער אַנטיסעמיט, האָט אַ מאָל געמאַכט אַ שמועס וועגן דער אויסלענדישער פּרעסע, אַז זי געפֿינט זיך אין גאַנצן אין ייִדישע הענט.
דער אינספּעקטאָר פֿונעם אינסטיטוט, יהושע שטיינבערג, האָט עס געהערט, רופֿט ער זיך אָן צו אים:
— ווײַזן ווײַזט אויס, אַז ס׳איז טאַקע ווי איר זאָגט: ניט אומזיסט קומען צו אונדז פֿון דאָרט די אויסלענדישע צײַטונגען אַלע באַשניטן…
אַ רבֿ איז אַ מאָל געפֿאָרן אויף דער באַן און אַנטקעגן אים איז געזעסן אַ גענעראַל מיט אַ גרויסן כּלבֿ, וועלכן ער האָט גערופֿן יאַנקל.
— ווי געפֿעלט אײַך, רבי, — זאָגט דער גענעראַל דעם רבֿ, — דער הונט מײַנער?
— אַ פֿײַנער הונט, — ענטפֿערט דער רבֿ, — אָבער אַ רחמנות אויף אים, וואָס ער טראָגט אַ ייִדישן נאָמען.
— וואָס הייסט?
— פֿאַרשטייט איר, דער ייִדישער נאָמען וועט אים שטערן צו ווערן אַ גענעראַל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.