Oyneg Shabes

וואָס האַווקעסטו?

What are you barking for?

  • Print
  • Share Share

אַ מאָל איז געווען אַ ייִד,
האָט ער געהאַט אַ הינטל,
האָט עס געהאַווקעט, געהאַווקעט,
ווען נאָר ס’האָט געבלאָזן אַ ווינטל.

„שווײַג שטיל!‟ האָט דער ייִד געשריגן,
„אויב דו ווערסט נישט באַלד אַנטשוויגן,
זאָג איך דיר צו, בנאמנות,
טיף אין דר’ערד וועסטו ליגן!‟

דעם ייִד איז אָבער ניט געווען באַקאַנט
אַ פֿאַקט, וואָס איז אינטערעסאַנט:
אַז זײַן האַווקנדיק הינטל
איז געווען נעבעך טויב ווי די וואַנט.