בײַם סוף פֿון אַ חסידישער חתונה, ווען ס’רובֿ געסט זײַנען זיך שוין צעגאַנגען, טרעט אויף דער בדחן פֿאַר די פֿאַרבליבענע געסט, דער עיקר, פֿאַר חתן־כּלה און פֿאַר דער נאָענטער משפּחה. בײַ דער דאָזיקער געלעגנהייט זאָגט דער בדחן ניט בלויז וויצן, ער זינגט אויך מיט גראַמען און רופֿט אויף די נאָענטע משפּחה צו טאַנצן אַ „מיצווה־טאַנץ‟ פֿאַר חתן־כּלה. כּדי זיך צו האַלטן בײַ דער געהעריקער דיסטאַנץ, האַלט דער טענצער איין עק פֿון אַ גאַרטל, בשעת די כּלה האַלט דעם צווייטן עק.
אין דעם דאָזיקן ווידעאָ זעען מיר אַ זעלטעננעם אויפֿטריט פֿון איין בדחן פֿאַר אַ צווייטן, דהײַנו דער באַקאַנטער חסידישער זינגער ליפּע שמעלצער רופֿט אויף צום מיצווה־טאַנץ אַ זינגער פֿונעם פֿריִערדיקן דור, מיכאל שניצלער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.