Oyneg Shabes

אַ קיצל צום לאַכן

Tickly My Toes

  • Print
  • Share Share

זײַן שטעלע האָט אים אויך געקאָסט

אין דער צײַט פֿון ניקאָלײַ דעם ערשטן האָט זיך איין מאָל געמאַכט, אַז עס איז געווען אַ וואַקאַנס אויף אַ שטעלע פֿאַר אַ הויכן באַאַמטן. האָט דער מיניסטער גראָד אויסגעקליבן ניט אַזוי אַ געבילדעטן מאַן, נאָר זייער אַ רײַכן. אַז דער קיסר האָט זיך דערוווּסט, האָט ער גערופֿן דעם מיניסטער און געזאָגט:

— איך גיב דיר מײַן וואָרט, אַז איך וועל דיר גאָרניט טאָן. נאָר זאָג מיר דעם אמת, וואָס האָסטו עפּעס אויסגעקליבן יענעם מאַן?

— איך זאָג דיר דעם אמת, — האָט דער מיניסטער געענטפֿערט, — ער האָט מיר געגעבן 25 טויזנט רובל, איך זאָל אים געבן די שטעלע.

— אַזוי גאָר, — האָט זיך דער קיסר אָפּגערופֿן, — דו פֿאַרקויפֿסט דײַן פֿאָטערלאַנד פֿאַר געלט?

— וואָס זאָל איך טאָן? — פֿאַרענטפֿערט זיך דער מיניסטער, — איך האָב נאָך ניט אויסגעצאָלט אין גאַנצן וואָס מײַן שטעלע האָט מיך געקאָסט.


אַ חתן דאַרף קושן די כּלה

צאַר ניקאָלײַ דער ערשטער איז, ווי באַוווּסט, געווען אַ צורר־יהודים. ער האָט געוואָלט ניט אַנדערש ווי אָפּשמדן אַלע ייִדן פֿון רוסלאַנד. איין מאָל, דערציילט מען, איז געקומען צו אים אַ פֿערצן־יאָריק מיידל מיט אַ ביטע, מען זאָל באַפֿרײַען איר פֿאָטער פֿון אַ בלבול. אויפֿן טיש, צו וועלכן מען האָט צוגעפֿירט דאָס מיידל, איז געשטאַנען יעזוס אויף אַ גרויסן גאָלדענעם קרייץ. דער צאַר האָט אַ ווײַלע אָנגעקוקט דאָס ייִדישע מיידל, דערנאָך רופֿט ער זיך אָפּ צו איר:

— גיב אַפֿריִער אַ קוש דעם חתן, — און איר אָנגעוויזן אויף יעזוסן.

— בײַ אונדז ייִדן איז אַ מינהג, — האָט דאָס מיידל געענטפֿערט, — אַז דער חתן דאַרף פֿריִער אַ קוש טאָן די כּלה.


מען דאַרף אַ שול

צו ניקאָלײַ דעם ערשטן איז געקומען אַ דעלעגאַציע פֿון ייִדישע סוחרים אין לאָדזש בעטן מען זאָל דאָרט דערלויבן בויען אַ ייִדישע שול, און די קינדער וואָס וועלן גיין אין דער שול, זאָלן האָבן די זעלבע רעכט ווי די, וואָס גייען אין אַ מלוכה־גימנאַזיע.

די דעלעגאַציע האָט געזען דעם קיסר צום ערשטן מאָל, און די סוחרים זײַנען געווען זייער דערשראָקן. אַז דער קיסר האָט זיי עפּעס געפֿרעגט, האָבן זיי געפּלאָנטערט מיט דער צונג און ניט געוווּסט וואָס צו ענטפֿערן. סוף־כּל־סוף, האָט דער קיסר אויסגעהערט, וואָס זיי האָבן געוואָלט און האָט קורץ געענטפֿערט:

— איך זע, איר זענט גערעכט, לאָדזש נייטיקט זיך טאַקע אין אַ שול.