Oyneg Shabes

אין דער נעץ פֿון אינטערנעץ

Getting Caught Up in the Internet

  • Print
  • Share Share

די צײַטן, ווען אַ טאָגבוך איז געווען אַ פּריוואַטער און אַפֿילו אַן אינטימער װינקל פֿון אַ מענטשנס לעבן — יענע צײַטן זײַנען שוין פֿאַרבײַ. די מחיצה צװישן פּריװאַט און עפֿנטלעך איז געװאָרן אַזױ דין, אַז מע קען זי ניצן אַנשטאָט ביבעלע־פּאַפּיר פֿאַר פּאַפּיראָסן.

די בליץ־שנעלקײט פֿון די מאָדערנע קאָמוניקאַציע־מיטלען דערלױבט אונדז צו זײַן אין פֿאַרבינדונג מיט די מענטשן פֿון אַלע עקן װעלט. די אַמאָליקע אָפּגערינסקײט פֿון דער געזעלשאַפֿט, װי אױך דאָס געפֿיל פֿון אַ ביטערער עלנטקײט זײַנען הײַנטיקע טעג אַ סך קלענער װי פֿריִער. דער מאָדערנער יונגער־מאַן האַלט, אַז אױב „דעם פּאָלקאָװניק קײנער שרײַבט ניט‟, הײסט עס, אַז אין זײַן „לאָך‟ איז ניטאָ קײן אינטערנעץ און בכלל, „הונדערט יאָר פֿון עלנטקײט‟ — איז ניט מער װי אַ פּריװאַטער אױסקלײַב.

דעם אמת געזאָגט, איך בין ניט קײן ליבהאָבער צו דרײען זיך אין די סאָציאַלע נעצן, און די אַלע „פֿײסבוקס‟ און „טװיטערס‟ לאָזן מיך װי צעמישט. צו פּטרן דאָס לעבן אױף אױסלײענען כּלערלײ משוגעתן און נאַרישקײטן איז, אפֿשר, גוט פֿאַר די יונגע־לײַט, װעלכע מוזן זיך אױסלערנען „אױסדרעשן‟ די פּוסטע קלײַען פֿון דער שלל־אינפֿאָמאַציע. אָבער, פֿון צײַט צו צײַט שטױס איך זיך אָן אױף אַזעלכע שעדעװרען פֿון נאַיִװן טיפּשות, אַז אַנדערש װי אַן אומדערװאַרטער יום־טובֿ פֿון אַן אומבכּיװנדיקן הומאָר, קען איך עס ניט אָנרופֿן. באַזונדערס אינטערעסאַנט זײַנען די סאָציאַלע פֿאָרומס פֿון די עלנטע רײַפֿע פֿרױען און מענער, װעלכע אינפֿאָרמירן די גאַנצע װעלט װעגן זײערע געגאַרטע האָפֿענונגען.

בלויז געציילטע בײַשפּילן:

■ עס מאַכט ניט אױס מיט װעמען איר שלאָפֿט. דער עיקר איז, מע זאָל זיך אױסשלאָפֿן.

■ אַזױ שטאַרק װילט זיך מיר חתונה האָבן, אַז אַ מאָל טראַכט איך, אַז כ’װאָלט חתונה געהאַט אַפֿילו מיט אַ בעל־עגלה.

■ איך בין 61 יאָר אַלט. דאָס לעצטע מאָל האָב איך געשפּילט אַ ליבע מיט אַזױ פֿיל יאָרן צוריק, אַז איך געדענק שוין אַפֿילו ניט, װאָס האָבן מיר דעמאָלט געטאָן.

■ נעכטן האָב איך זיך אומגעקערט פֿון דער געשעפֿט־רײַזע, און איך קען ניט גלײבן מײַנע אױגן: דער װאַסער־בױלער אױפֿן דאַך האָט מען פֿאַרראָכטן, דעם קראַן אינעם באָדצימער האָט מען פֿאַרראָכטן, אַלע מעסער זײַנען אָנגעשאַרפֿט, און אױך… די פֿרױ איז געװאָרן טראָגעדיק.

■ צופֿעליק האָב איך זיך דערװוּסט, אַז מײַן בעסטער פֿרײַנד שלאָפֿט מיט מײַן פֿרױ. נו, האָב איך געקױפֿט אַ פּאָר פֿלעשער בראָנפֿן, כּדי „איבעררײַבן‟ מיט מײַן פֿרײַנד דעם דעליקאַטן ענין. בקיצור, מיר האָבן ליידיק געמאַכט די פֿלעשער, און געקומען צו אַ פּשרה, אַז יעדעס מאָל, װען איך װעל נאָר דאַרפֿן, װעט ער מיר גיבן דעם שליסל פֿון זײַן אױטאָ און איך, פֿון מײַן זײַט, װעל אים גיבן דעם שליסל פֿון מײַן דירה.

■ דורך דער אינטערנעץ האָב איך זיך באַקענט מיט אַ מײדל, אַ הײבקראַן־פֿירערין. װאָס זאָל איך אײַך זאָגן… זי איז װירקלעך אַראָפּגעפֿאַלן פֿון אַ הײבקראַן; כ’האָב נאָר באַװיזן זיך פֿאָרצושטעלן, האָט זי גלײַך אָנגעהױבן רעדן װעגן אַ חתונה…

נו, איצט זעט איר, אַז אַפֿילו אױף די איבערגעלאָדענע אינטערנעץ־געסלעך, קען אַ מאָל זײַן זײער פֿרײלעך.