Oyneg Shabes

די פּרינצעסין מיטן פּאָני

The Princess with the Pony

  • Print
  • Share Share
Max Gershman

אַ מאָל איז געווען אַ קליינע פּרינצעסין, וואָס האָט ליב געהאַט פּאָניס. בײַ טאָג האָט זי געטראַכט וועגן פּאָניס און בײַ נאַכט האָט זי פֿון זיי געחלומט. יעדן טאָג, בײַ יעדער געלעגנהייט, ווען די משפּחה האָט געגעסן פֿרישטיק אָדער וועטשערע, אָדער סתּם געטרונקען טיי, פֿלעגט זי בעטן אַ פּאָני בײַם טאַטן (דער מלך), אָדער בײַ דער מאַמען (די מלכּה), אָדער בײַ אַ פֿעטער, אַ מומע, אָדער ווײַטערע קרובֿים (פֿאַרשיידענע הערצאָגן, גראַפֿן וכדומה). אָבער יעדעס מאָל האָבן די דערוואַקסענע געענטפֿערט: „ניין, דו ביסט נאָך צו קליין; אפֿשר, ווען דו וועסט אויסוואַקסן און ווערן אַ גרויס מיידל, וועסטו קענען באַקומען אַ פּאָני‟.

די קליינע פּרינצעסין האָט געוואַרט און געוואַרט — אפֿשר דרײַ וואָכן, און ווידער באַקומען דעם זעלביקן ענטפֿער. סוף־כּל־סוף, האָט זי באַשלאָסן: „אויב איך קען נישט קריגן מײַן פּאָני מיט גוטן, וועל איך אים קריגן מיט בייזן‟.

און זי איז אַוועק פֿון פּאַלאַץ צום כּישוף־מאַכער, וואָס האָט געוווינט הינטער דער שטאָט אין אַ הויכן טורעם. דרײַ מאָל האָט זי אָנגעקלאָפּט אין זײַן טיר — קלאָפּ, קלאָפּ, קלאָפּ — און די גרויסע הילצערנע טיר האָט זיך פּאַמעלעך געעפֿנט, מיט אַזאַ סקריפּעניש, ווי קיינער וואָלט זי יאָרן־לאַנג ניט געהאַט געעפֿנט. די קליינע פּרינצעסין האָט דערזען, ווי דער כּישוף־מאַכער שטייט אײַנגעהילט אין שאָטן און זאָגט נישט אַרויס קיין וואָרט.

„איך וויל אַ פּאָני‟, האָט די פּרינצעסין געזאָגט. „אויב דו וועסט מיר געבן אַ פּאָני, וועל איך דיך באַלוינען מיט וואָס נאָר דו ווילסט, ווי באַלד איך וועל ווערן גרויס. מײַן טאַטע איז דער מלך און ער האָט אַ סך געלט‟.

אַ צײַט האָט דער כּישוף־מאַכער געקלערט און ווײַטער געשוויגן. סוף־כּל־סוף, האָט די פּרינצעסין דערהערט זײַן הייזעריק קולכל, וואָס האָט געסקריפּעט פּונקט ווי זײַן טיר: „איך וועל דיר געבן אַ פּאָני, מיידעלע, אויב דו וועסט מיר געבן — דײַן ערשט־געבוירן קינד!‟

„אָפּגעמאַכט‟, האָט די פּרינצעסין גלײַך באַשלאָסן, אָן שום קווענקלעניש, און זי איז באַלד צוריק געווען אין איר צימער אין פּאַלאַץ און זיך געשפּילט מיט איר גרויסער קאָלעקציע פֿון פּאָני־ליאַלקעס און פֿיגורקעלעך.

דעם צווייטן טאָג אין דער פֿרי איז געקומען צום מלך אַ באַדינער מיט אַן אויסדרוק פֿון שרעק אויפֿן פּנים: „אַדוני המלך, עס שטייט בײַם טויער גאָר אַן אויסטערליש באַשעפֿעניש: אַ פֿערד שוואַרץ ווי פּעך, וואָס די אויגן ברענען בײַ אים מיט אַ העליש פֿײַער, און וואָס רעדט מיט אַ מענטשלעך קול. עס זאָגט, אַז עס געהערט צו זײַן מאַיעסטעטס טאָכטער‟.

אַלע האָבן געקוקט מיט חידוש אויף דער קליינער פּרינצעסין, אָבער זי איז ניט געפֿאַלן בײַ זיך — פֿאַרקערט, זי האָט פֿאַר פֿרייד אויסגעשריגן „מײַן פּאָני איז געקומען!‟ און אַוועק צום טויער אין אירע רויטע שיכעלעך. ניט דער מלך, ניט די מלכּה, ניט די באַדינער האָבן זי ניט געקענט כאַפּן.

בײַם טויער איז טאַקע געשטאַנען אַ שוואַרץ פֿערדל מיט פֿײַערדיקע אויגן, אַרומגערינגלט מיט מענטשן פֿונעם פּראָסטן פֿאָלק, וואָס האָבן געגאַפֿט אויפֿן בייז־וווּנדער. ווען די קליינע פּרינצעסין האָט זיך באַוויזן, האָט זיך דערהערט אַ מעכטיק קול: „מאַכט אַ וואַרע! די האַרינטע איז געקומען!‟ דאָס פֿערדל האָט זיך אַראָפּגענייגט נעענטער צו דער ערד, גאָר נישט מעשׂה פֿערד, כּדי די קליינע פּרינצעסין זאָל קענען אַרומנעמען זײַן גרויסן פֿערדישן קאָפּ.

„פּאָני!‟ האָט זי געיאָכצט און אים געדריקט צו זיך. „דו ביסט מײַן באַליבטסטער פּאָני אויף דער גאַנצער וועלט!‟

דער המון איז געוואָרן אַלץ גרעסער, עס זײַנען אויך צוגעקומען די באַדינער און זעלנער.

„זאָל די האַרינטע מיר אַרויפֿקריכן אויפֿן רוקן‟, האָט דאָס פֿערדל געזאָגט, „ס׳איז שוין צײַט אַוועקצורײַטן‟.

„וווּהין רײַטן מיר?‟ האָט זי אים אײַנגערוימט אין אויער.

„אינעם לאַנד פֿון די פּאָניס‟.

דאָס שוואַרצע פֿערדל האָט זיך געשטעלט אויף די הינטערשטע פֿיס און געהירזשעט אַזוי הויך, אַז אַלע מענטשן האָט געכאַפּט אַ ציטער. עס האָט גענומען לויפֿן מיט אומנאַטירלעכע כּוחות, פֿון די קאָפּעטעס האָט אַ שלאָג געטאָן אַ רויך, און איינס און צוויי איז דאָס פֿערדל, צוזאַמען מיט דער פּרינצעסין, פֿאַרשוווּנדן געוואָרן.

די פּראָסטע מענטשן האָבן זיך אָנגעכאַפּט פֿאַרן קאָפּ און זיך געקראַצט די בערד, און אויבן אין פּאַלאַץ, אַראָפּקוקנדיק פֿון אַ פֿענצטער, האָט די מלכּה זיך געבייזערט אויפֿן מלך: „איך האָב דען נישט געזאָגט, מע זאָל איר געבן אַ פּאָני!‟

די קליינע פּרינצעסין האָט מען שוין קיין מאָל מער נישט געזען, זי איז נעלם געוואָרן אויף אייביק. אָבער אויב זי איז נישט געשטאָרבן, לעבט זי אפֿשר נאָך הײַנט.