Oyneg Shabes

די שײנע װעלט פֿון נעמען

The Fascinating Roots of Names

  • Print
  • Share Share

אַבֿרהם קאַרפּינאָװיטש, עליו־השלום, די פֿרײלעכע נשמה פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור־חבֿרה, האָט מיך אַ מאָל אַ פֿרעג געטאָן:

„צי װײסטו פֿאַר װאָס רופֿט מען דעם פֿיש „פֿיש‟?

„נו…

„קודם־כּל, זעט ער אױס װי אַ פֿיש, און צװײטנס, ער האָט אַ ריח װי אַ

פֿיש, איז פֿאַר װאָס זאָל מען אים ניט רופֿן „פֿיש?…‟

דאָס חכמהלע קלינגט זײער ייִדיש און שײן, ווײַל „פֿיש‟ האָט אַ געװיסע קאָנאָטאַציע צום מענערישן נאָמען פֿישל. איך געדענק, אַז מײַנע ליטװישע קרובֿים פֿון טאַטנס צד האָבן זיך זײער געחידושט: „װי קומט עס צו אונדז אַזאַ געלער קנאָבל‟, — און פֿלעגן מיך רופֿן, „אַ גילדן פֿישל‟. דאָס האָט מיך זײער געװוּנדערט, װײַל אױך אונדזער שכן, דעם דיקן, ממש ריזיקן גאַרבער, האָט מען אױך גערופֿן פֿישל, פֿישל באַרג. איר פֿילט דאָך דעם אונטערשײד — אַ גילדן פֿישל, װי אַ מעטאַפֿאָר פֿאַר אַ קינד, און פֿישל באַרג — אַ נאָמען מיט אַ צונאָמען. אַזױ צי אַנדערש, נאָר אַנטראָפּאָנימיק, די נעמען־װיסנשאַפֿט, האָט מיך אינטערעסירט פֿון קינדװײַז אָן, און איך האָף, אַז אפֿשר עפּעס פֿון די גאָר טשיקאַװע פֿאַלן, װעלכע רוען אין מײַן אַלטן העפֿטל, װעלן פֿאַראינטערעסירן אונדזער טײַערן לײענער.

אַזױ אָדער אַנדערש, נאָר די פּריװאַטע נעמען שפּיגלען אָפּ די סאָציאַלע און עסטעטישע נאָרמען פֿון אַ געװיסער עפּאָכע. װען מיר װאָלטן געקענט אַ שפּרונג טאָן אין דער צײַט און אונטערקוקן, װאָס ס‘איז געשטאַנען געשריבן אין די „פּעסער‟ פֿון די מיזרח־סלאַװן, װאָלטן מיר, מסתּמא, פֿאַרלױרן ס’לשון. די סלאַװן האָבן זײער מורא געהאַט פֿון אַ גוט־אױג און פֿלעגן אָנרופֿן זײערע קינדער מיט „לשון־סגי־נוהר־נעמען‟. צום בײַשפּיל: קרומע(ר), מיאוסע(ר), טיפּש(ע), קאַליקע און אַפֿילו (כ’בעט איבער אײַער כּבֿוד) זאָדיק און טינוף. אַ טײל פֿון די שײנע פּריװאַטע נעמען זײַנען שפּעטער פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַ פֿאַמיליע־נאָמען; און אױך הײַנטיקע טעג קענט איר טרעפֿן אין רוסלאַנד גאָר פֿײַנע מענטשן, אָבער מיט זײער מאָדנע פֿאַמיליע־נעמען: דוראַקאָװ (דעם נאַרס זון), אוראָדינאָװ (אַ קינד פֿון אַ פֿאַרזעעניש אָדער אַ מיאוסקײט), און אַפֿילו, מאַדאַם סעמיזשאָפּאָוו (זיבן תּחתער).

אַגבֿ, עס איז געבליבן אַ שריפֿטלעכער גבֿית־עדות װעגן אַן אַדלפֿרױ פֿון דער משפּחה „סעמיזשאָפּאָװ‟. די אָרעמע אַדלפֿרױ האָט זיך געװאָנדן צום רוסישן אימפּעראַטאָר ניקאָלײַ דער ערשטער מיט אַ בקשה צו בײַטן איר ניט־שײנעם פֿאַמיליע־נאָמען אױף אַ מער באַשײדענעם. דער דערשטױנטער אימפּעראַטאָר האָט אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ: „יאָ, ס’איז טאַקע אַ גוזמא!‟ — און באַפֿױלן צו בײַטן דעם פֿאַמיליע־נאָמען „סעמיזשאָפּאָװ‟ אױף „פּיאַטיזשאָפּאָװ‟ (פֿינף תּחתער).

פּראָפֿעסאָר אוספּענסקי אין זײַן בוך װעגן דער אַנטראָפּאָנימיק, ברענגט אַ דאָקומענט װעגן אײנעם אַ ייִד פֿון לעמבעריק, װעלכער האָט באַצאָלט צװעלף גילדן מע זאָל אַרײַנשטעלן אין זײַן פֿאַמיליע־נאָמען דעם אות „ל‟. פֿאַרן געשעפֿטל מיטן שטאָט־שריפֿטשטעלער האָט דער ייִד געהײסן „פּאָטנאָנאָגי‟ (פֿאַרשוויצטע פֿיס), און נאָכן געשעפֿט: פּלאָטנאָנאָגי — האַרט־פֿיסיקער. די באָלשעוויסטישע רעװאָלוציע אין רוסלאַנד האָט גורם געװען אַ מאָדע אױף די רעװאָלוציאָנערע נעמען, און אַזױ איז געבױרן געװאָרן אַ ייִנגל מיטן נאָמען „דאַזדראַסען‟ — ראָשי־תּיבֿות פֿון „זאָל לעבן דער זיבעטער נאָװעמבער‟ (דער טאָג פֿון רעוואָלוציע). אױך די מײדלעך פֿלעגן באַקומען גאָר פֿײַנע נעמען: „דאַזדראַסמירגדע‟ — ר״תּ פֿון „זאָל לעבן דאָס שותּפֿות פֿון שטאָט און דאָרף‟; אָדער, אַ מײדל מיטן נאָמען „דאַזדראַספּערמע‟, װאָס איז ניט מער װי ראָשי־תּיבֿות פֿון „זאָל לעבן דער ערשטער מײַ‟.

װײַזט אױס, אַז די נטיה צו אָריגינעלקײט װײסט ניט פֿון קײן גרענעצן. אין שיקאַגע װױנט אַ פֿײַנע משפּחה דזשעקסאָן; זײ האָבן פֿינף טעכטער — מענינגיט, לאַרינגיט, אַפּענדיציט, פּעריטאָניט און טאָנזיליט.